זרוע
די זרוע איז א שטיקל פלייש וואס מען לייגט אין די קערה פון סדר נאכט, אלס אנדענק צום קרבן פסח.
מקור פון מנהג
אין די משנה[1] ווערט דערמאנט אז מען ברענגט אריין - צוזאמען מיט די מצה און מרור און חרוסת - אויך ”שני תבשילין”. אין תלמוד ירושלמי און אין תלמוד בבלי אויפ'ן ארט ווערן געברענגט עטליכע מיינונגען, וואס די די צוויי געקעכטס זענען.