רוי:אברהם ראזנטאל

ווערסיע פון 06:58, 13 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)")

 

אברהם אהרן ראזנטאַל (1947, י"ז תשרי ה'תש"ח, – 9טן נאוועמבער 2018, א' כסלו ה'תשע"ט) איז געווען דער פארזיצער פון דער קריית יערים (טעלז־סטאן) לאקאלן ראט צווישן די יארן 1996–2018.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין ירושלים, און האט געלערנט אין דער  עץ חיים ישיבה. דערנאך האט ער געלערנט אין דער אמשינאווער ישיבה, וואו ער האט געלערנט ביי הרב שמואל אוירבאך.נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין רחובות, וואו ער איז געווען דער העלפער פונעם שטאטס רב, הרב שלמה קוק. נאך דער פטירה פון הרב קוק האט ער געארבעט ווי א רעכענער אין דער עתירות מדע פירמע, א צווייג פן כור אינדוסטריעס. אויך האט ער געארבעט ווי א רעכענער אין דער מסורה תלמוד תורה, מכון ירושלים און נאך מוסדות. ווען מען האט אויפגעשטעלט קריית יערים אין דעם צווייטן העלפט פון די תש"ל יארן איז ער אריבער וואוינען דארט, און איז געווען פון די ערשטע איינוואוינער. אין יאר תשנ"ה איז ער באשטימט געווארן א מיטגליד אין דעם וועד פונעם יישוב, און האט געפירט דעם בילדונג אפטיילונג. אין יאר תשנ"ו איז ער געוויילט געווארן פארזיצער פון דעם ראט נאך ווען  דוד יפרח, דער פריערדיגער ראט־פארזיצער, האט רעזיגנירט, מיטן שטיץ פון דעם רב, הרב אריה שולמאן.

אין יאר 2013, נאך לאנגע יארן וואס עס זענען נישט געווען קיין וואלן אין דעם יישוב, האט קאנדידירט קעגן ראזנטאַל א נייע  רשימה מיטן נאמען "איחוד הקהילות למען טלזסטון" אונטער דוב באקשט, וואס האט געוואונען דריי זיצן אין דעם ראט.

איידער די וואלן וואס וואס זענען פארגעקומען אין 2018, האט דגל התורה פארגעשטעלט יצחק ראוויץ צו קאנדידירן פאר ראט־פארזיצער.[1] דער שטאטס־רב, הרב אריה שולמאן, האט נישט געשטיצט ראזנטאַל. אפילו אַזוי, האט ראזנטאַל געזאָגט אז ער וועט לויפן אליין, מיט זיין פארטיי. ענדלעך, נאך משא ומתן פון דגל התורה אנטקעגן ראזנטאַל, האט מען באשלאסן א ראטאציע, אז ראוויץ וועט זיין א לייטענאַנט פון ראזנטאַל, און ראזנטאַל וועט איבערלאזן דעם אמט נאך א יאר,[2] און נישט האלטן וואלן אין דעם יישוב. למעשה איז דאס נישט אויסגעפירט געווארן, ווייל ער איז נפטר געווארן ביי זיך אין שטוב א' כסלו תשע"ט (9טן נאוועמבער 2018) פון א הארץ אטאקע.[3]

ראזנטאַל האט זיל געהאלטן פאר א סאדיגורער חסיד, נאכדעם וואס אין די תש"ל יארן האט ער געטראפן דעם רבי'ן, רבי אברהם יעקב פרידמאן. ער איז געווען געהייראט, מיט דריי קינדער.

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. אבי רבינא, ‏סופית: יצחק רביץ עבר מביתר עילית לטלז סטון, אויף כיכר השבת, 17טן סעפטעמבער 2018
  2. ירוחם שמואלביץ, בדגל התורה מנעו את הפיצול הפנימי בטלז-סטון, באתר לדעת, 27טן סעפטעמבער 2018
  3. אבי רבינא, ‏הלם בטלז סטון: ראש המועצה אברהם רוזנטל הלך לעולמו, אויף כיכר השבת, 9טן נאוועמבער 2018

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!