רוי:רבי אברהם יעקב פרידמאן (באיאן)

ווערסיע פון 16:22, 9 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישע טויט דאטום" ב־"אידישע טויט דאטום")
רבי אברהם יעקב פרידמאן
Avrohom Yaakov Friedman.gif
געבורט כ"ד ניסן ה'תרמ"ד
טויט ב' אלול ה'תש"ב (אלט: 58)

רבי אברהם יעקב פרידמאן הי"ד (כ"ד ניסן ה'תרמ"ד - ב' אלול ה'תש"ב), פון באיאן און לעמבערג.

אפשטאם

רבי אברהם יעקב איז געבוירן אין סאדיגורא כ"ד ניסן ה'תרמ"ד, צו זיין פאטער הרב יצחק פרידמאן, פון באיאן, א זון פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת מלכה א טאכטער פון הרב יוחנן טווערסקי, פון רחמיסטריווקא.

רבנות

נאך זיין חתונה האט רבי אברהם יעקב געגעסען קעסט ביי זיין שווער אין לויעב, נאך די פטירה פון זיין שווער איז ער צוריק געפארן קיין באיאן צו זיין פאטער.

ביי די ערשטע וועלט קריג איז רבי אברהם יעקב אנטלאפן קיין וויען צוזאמען מיט זיין פאטער, נאך די קריג האט רבי אברהם יעקב זיך באזעצט אין לעמבערג און דארט אנגעפירט זיין רבישין הויף.

הסתלקות

רבי אברהם יעקב איז אומגעקומען אויף קידוש השם הי"ד ב' אלול ה'תש"ב.

פאמיליע

רבי אברהם יעקב האט געהייראט י"ח סיון ה'תרנ"ה, מרת חנה הי"ד ( - ב' אלול ה'תש"ב), א טאכטער פון הרב מרדכי טווערסקי, פון לאיעוו, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון לאיעוו, א זון פון הרב אהרן טווערסקי פון טשערנאביל. זיי האבן נישט זוכה געווען צו קינדער.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (5)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!