רוי:הרב משולם ראטה

ווערסיע פון 16:05, 9 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישע געבורט דאטום" ב־"אידישע געבורט דאטום")
משולם ראַטה
געבורט י"ד אלול תרל"ה (יארגאנג: 149)
אמטן מיטגליד אין הויפטראבינאט
זיינע רביס הרב יעקב וויידנפעלד
הרב מאיר אריק

הרב משולם ראַטה (י"ד אלול תרל"ה - כ"ו כסלו תשכ"ג; 1875 - 1962) איז געווען דער טשערנאוויצער רב, א מיטגליד אין דעם הויפטראבינאט פון ישראל און דער מחבר פונעם ספר "קול מבשר". ביי א גרויסן טייל פון ציבור איז ער גערעכט פון די גדולים אין זיין צייט.

לעבנסגעשיכטע

הרב משולם ראטה איז געבוירן געווארן אין גאליציע אין א משפחה פון טשארטקאווער חסידים. ער האט געלערנט ביי הרב יעקב וויידנפעלד, אב"ד אין רימאלאוו, מחבר פון שו"ת "כוכב מיעקב", הרב אברהם שטיינבערג מחבר פון "מחזה אברהם" און אב"ד בראד, און רב מאיר אריק. שוין ביי די 13 יאר איז ער געווען באוואוסט אלס דער "האראדענקער עילוי" און ער איז געווארן א חתן ביים גביר שטיינהאלץ. אין תרנ"ג, ווען ער איז געווען אלט 18 יאר האט ער באקומען היתר הוראה און ער האט חתונה געהאט. ער האט געגעסן קעסט ביי זיין שווער פיר יאר אין מילניצע, מזרח גאליציע.

אין תרנ"ט האט מען אים אויפגענומען ווי רב אין כאראסטקאוו, נאכדעם וואס ער איז געווען א שבת אויף פראבע אין דער שטאט. א גרויסער רוב פון דער קהילה האבן געוויילט רב ראטה, אבער די הוסיאטינער חסידים האבן נישט מסכים געווען נעמען א רב נישט פון זייערע קרייזן און האבן אויפגענומען א צווייטן רב.[1]

אין כאראסטקאוו איז רב ראטה געווען טעטיק אין דער "מציון תצא תורה" ארגאניזאציע וואס האט געגרינדעט א מזרחיסטישע שולע אין שטאט. אין תרס"ו האט ער געגרינדעט א ישיבה אין שטאט וואו ער איז געווען ראש ישיבה. במשך דער ערשטער וועלט מלחמה האט ער געוואוינט אין ווין.[2] אין תרפ"א האט ער באטייליגט ווי א דעלעגאט אין דער 12טער וועלט ציוניסטישער קאנגרעס.

בשנת תרפ"ט, איז ער אריבער צו זיין רב אין שאץ, רומעניע, און מיט א זעקס יאר שפעטער האט מען אים אויפגענומען ווי אב בית דין אין טשערנאוויץ, און אין תרצ"ו איז ער אויך געווארן ראש ישיבה דארט.[3] נאך דער נאצי אייננעם, האט מען אים געשמוגלט קיין בוקארעשט, און אין תש"ד איז ער ארויף קיין ארץ ישראל.[4]

אין ארץ ישראל האט מען אים באשטימט דיין אין דעם הויפט בית הדין און א מיטגליד אין דער הויפטראבינאט ראט.[5] אין די תש"י האט ער פארלאזט זיין אמט און געזעסן אין זיין שטוב אין בני ברק [6].

נאך דער פטירה פון זיין ערשטער ווייב האט ער חתונה געהאט מיט מרת לאה, א טאכטער פון רבי פינחס מנחם מענדל רובין, וואס איז געווען דער ממלא מקום פון זיין פאטער רבי שמואל שמעלקא אלס סערעטער רבי (סערעט, בוקאווינא).

ער איז נפטר געווארן כ"ו כסלו תשכ"ג אין חיפה, און מען האט אים געברענגט צו קבורה אין ירושלים אין דעם חלקת הרבנים אין דעם סנהדריה בית עולם.

אויף זיין נאמען איז פאראן א גאס אין בית וגן, ירושלים, און אין קריית הרצוג, בני ברק, און אין נתניה (מיטן נאמען הרב משולם ראט)[7]

משפחה

זיינע קינדער:

  • זיין איינציגער זון, אפרים, איז נפטר געווארן ביי דער עלטער פון 19.
  • שרה תמר, האט חתונה געהאט מיט רב ד"ר ישראל הייטנער (האיתן), וואס האט געדינט לאנגע יארן ווי הויפט־רב פון דעם פלאט פון ישראל.
    • הרב יצחק מאיר האיתן, געגנטליכער רב אין שומרון
    • צפירה, די ווייב פון וויסנשאפטלער צבי קאמיל.

זיינע השקפות

ווען ער האט אויפגעשטעלט די ישיבה אין כאראסטעקאוו האט ער זי געגרינדעט אויף דער שיטה פון דער משנה, "בן חמש למקרא, בן עשר למשנה וכו'". הרב מאיר שפירא פון לובלין, איידער ער האט געעפנט זיין ישיבה, האט ער געשריבן צו אים צו בעטן זיין דעה ווען דעם דרך הלימוד אין דער ישיבה.[8]

הרב ראטה איז געווען אידענטיפיצירט מיטן שטראם פון רעליגיעזן ציוניזם, און מען האט אים קריטיקירט וועגן דעם, אבער ער איז געווען שטארק געשעצט אפילו אין חרדישע קרייזן.[9]. ער האט מוותר געווען אויפן רבנות אמט אין פארשידענע קהילות, למשל לעמבערג, וואס האבן געמאכט א תנאי פון אויפנעמען דאס רבנות אז ער זאל אויפהערן שטיצן ציוניזם.

ער האט שטארק געקעגנט קעגן קאנסערוואטיוו אידנטום, און צוליב דעם האט ער אפגעזאגט באקומען דעם הרב קוק פריז צוזאמען מיט פראפעסאר שאול ליבערמאן, וואס איז געווען א לעקטאר אין דעם בית המדרש לרבנים אין אמעריקע פון די קאנסערוואטיוון.[10]

זיינע ספרים

ביבליאגראפיע

  • מבשר ואומר : מתולדותיו, מעשיו ומכתביו של הגאון הרב משלם ראטה זצ"ל, גבעת שמואל תשס"ו.

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. ספר כאראסטקאוו, ערשטער פרק
  2. מגורים בספרד ובגרמניה, אתר דעת
  3. מוסדות תורה באירופה בבניינם ובחורבנם, תשט"ז, ניו יורק, עמוד 536
  4. דב אברון, חינוך במאבקו, ספריית אלינר, תשמ"ח, עמוד 138; [1]
  5. הפרדס, אייר תש"ז, עמוד 14; נישט קלאר צי מען האט אים באשטימט שוין ווען ער איז אנגעקומען אין ארץ ישראל צי אין תש"ז
  6. הפרדס, כסלו תשי"ז, עמוד 28
  7. אתר עיריית ירושלים
  8. "אגרות ותולדות מהר"ם שפירא", דוד אברהם מנאדלבוים, תשע"א
  9. כרם, ניסן תשי"ח, עמוד 2; כרם, אלול תשי"ח, עמוד 24; קובץ בית אהרון וישראל, כסלו-טבת, תשנ"ה, עמוד קל
  10. שאול ליברמן והתנועה האורתודוקסית, הרהורים, 26 בינואר 2006.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!