רוי:רבי מאטל כ"ץ

ווערסיע פון 12:00, 9 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "געבורט דאטע" ב־"געבורט דאטום")
דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט.
אויב דער ארטיקל איז נישט רעדאגירט געווארן פאר א וואך קענט איר אַראָפּנעמען דעם מוסטער, אבער פאַרדעם איז כדי צו דערמאנען דעם באניצער וואס האט עס געשטעלט, דורך א מעלדונג אין זיין שמועס בלאט. שמועס
רבי חיים מרדכי כ"ץ
געבורט שאדאווע, ליטע
באלאנג ליטווישע חרדים
אמטן ראש ישיבה פון דער טעלזשער ישיבה

רבי חיים מרדכי "מאטל" כ"ץ; (ה'תרנ"ד-י"ב כסלו תשכ"ה) איז געווען דער ראש ישיבה פון טעלזש אין קליוולאנד און פון די פראמינענטע פירער פון אמעריקאנישן אידנטום.

פאר דער מלחמה

מאטל כ"ץ איז געבוירן געווארן אין ליטע אין תרנ"ד צו זיינע עלטערן יעקב כ"ץ און רחל (געבוירן האשוואס). ווען ער איז געווען א קליין קינד האט די משפחה זיך געצויגן קיין פאפעליאן, און פון דעמאלסט אן האט מען אים גערופן "מאטל פאפעליאנער". אלס בחור האט ער געלערנט אין דער ישיבה פון הרב יוסף לייב בלאך, רב אין שאדעווע (נישט ווייט פון פאפעליאן). אין תר"ע איז ער געגאנגען לערנען אין כנסת בית יצחק אין סלאבאדקע. אדר תר"ע איז הרב לייזער טעלזער נפטר געווארן, און מען האט באשטימט זיין איידעם, הרב יוסף לייב בלאך פאר זיין ממלא מקום. קורץ נאכהער איז מאטל כ"ץ אריבער קיין טעלזש צו לערנען ווידעראמאל ביי זיין רבי'ן הרב בלאך.

מאטל'ס עלטערן האבן זיך געצויגן קיין דרום אפריקע, אבער איז געבליבן אין דער ליטע לערנען ביי הרב יוסף לייב. אין תרע"ד, איז רבי כ"ץ געגאנגען לערנען צוויי יאר אין דער וואלאזשינער ישיבה וואו ער האט באקומען היתר הוראה פון רבי רפאל שפירא, דער איידעם פונעם נצי"ב. אין תרע"ן האט ער געלערנט ביי רבי שלמה פאלאטשעק, דער בארימטער "מייטשעטער עילוי". אין תרע"ח איז ער צוריקגעגאנגען קיין טעלזש וואו ער האט חתונה געהאט מיט פעריל לאה, טאכטער פון הרב בלאך.

 
ערשטער בלאט פון אידישער לעבן

אין תרצ"ד איז רבי מאטל כ"ץ געווען איינער פון די גרינדער פון צעירי אגודת ישראל אין דער ליטע און איז געווען דער פארזיצער פונעם וועד הפועל. צוזאמען מיט זיין שוואגער הרב אליה מאיר בלאך האט ער געדינט ווי איינער פון די רעדאקטארן פון דער צעירי אגודת ישראל צייטונג אין דער ליטע: "אידישער לעבן".

ער איז געווען א דעלעגאט צו דער ערשטער כנסיה גדולה פון אגודת ישראל אין תרפ'ג, און ביי דער דריטער כנסיה גדולה אין תרצ"ז האט מען אים באשטימט א מיטגליד פונעם "אינטערנאציאנלן וועד הפועל".

צווייטע וועלט מלחמה—אריבער אין די פאראייניגטע שטאטן

אין יאר ת"ש האבן רבי מאטל כ"ץ און רבי אליהו מאיר בלאך געדאנזשעט ארויספארן פון סאוועטן אקופירטער ליטע דורך סיביר און יאפאן, און ענדעלך אנגעקומען אין די פאראייניגטע שטאטן נאך סוכות תש"ב 1940, מיטן צוועק פון ווידער אויפשטעלן די טעלזשער ישיבה און אריבערברענגען די הנהלה און תלמידים פון ליטע. זיי האבן געדארפט פארן אן זייערע ווייבער און קינדער, און האבן גארנישט געוואוסט וואס פאסירט מיט זיי ביזן סוף פון דער מלחמה.


זעט אויך

רעפערענצן

  • באר מחוקק, רבי יעקב זאב כ"ץ, וויקליף, אהאיא


וועבלינקען

פריערדיגער:
רבי אליהו מאיר בלאך
ראש ישיבה פון דער טעלזשער ישיבה אין קליוולאנד
תשי"ד-י"ב כסלו תשכ"ה
נאָכפאלגער:
רבי ברוך סאראצקין
& רבי מרדכי גיפטער


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!