רוי:סאנט לואיס
|
סאַנט לואיס (ענגליש: St. Louis אדער Saint Louis) איז א שטאט אין דעם שטאַט מיזורי אין די פאראייניגטע שטאטן וואס ליגט אויפן ברעג פון דעם טייך מיסיסיפי. די שטאט געפינט זיך אויף דער מזרח זייט פונעם שטאַט אויפן גרעניץ מיט אילינוי, אויף דער מערב זייט פון דעם מיסיסיפי. סאנט לואיס איז דער צווייט גרעסטע שטאט אין מיזורי נאך קאנזאס סיטי און האט די צענט גרעסטע באפעלקערונג אין דעם מיטל-מערב פון די פאראייניגטע שטאטן.
באפעלקערונג
באפעלקערונג פון דער שטאט [1] | |
---|---|
יאר | באפעלקערונג |
1830 | 4,977 |
1840 | 16,469 |
1850 | 77,860 |
1860 | 160,773 |
1870 | 310,864 |
1880 | 350,518 |
1890 | 451,770 |
1900 | 575,238 |
1910 | 687,029 |
1920 | 772,897 |
1930 | 821,960 |
1940 | 816,048 |
1950 | 856,796 |
1960 | 750,026 |
1970 | 622,236 |
1980 | 453,085 |
1990 | 396,685 |
2000 | 348,189 |
2005 | 352,572 |
אידן
- די ערשטע שול איז געבויט געווארן אין 1855 ביים ראג זעקסטע גאס און סערע (Sixth and Cerre).
- די ערשטע יידישע צייטונג אין סאנט לואיס איז געווען דער דזשואיש סענטינל (דער יידישער וועכטער), א וועכנטלעכע צייטונג וואס האט ערשט דערשינען אין יוני 1868.
- דער ערשטע יידישע געמיינדע צענטער אין סאנט לואיס איז געבויט געווארן אין 1880.
צווילינג שטעט
סאנט לואיס האט 16 צווילינג שטעט איבער דער וועלט:
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!