רוי:דרומדיקע גשור

ווערסיע פון 13:37, 2 מערץ 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{אזיע-געא-שטומף}}" ב־"{{שטומף|געאגראפיע פון אזיע}}")

 

דאס דרומדיקע קעניגרייך גשור איז געווען פון דרום זייט פון די שטעט פון די פלשתים. דאס לאנד ווערט דערמאנט אין ספר יהושע[1] ווי איינע פון די לענדער וואס יהושע בן נון האט נישט איינגענומען.

אין ספר שמואל[2] ווערט דערמאנט, אז ווען דוד המלך האט געוואוינט אין צקלג, ווען ער איז געזעסן אונטער אכיש דער קעניג פון גת, האט ער געפירט מיט זיי א מלחמה.

הרב יהודה קיל אין דער פירוש דעת מקרא אויף יהושע שרייבט, אז לויט דעם אלטן נאמען פון דער הויפטשטאט פון די חורים וועלכער איז געווען "גשור", קען זיין אז דאס פאלק "גשור" פון דרום זענען געווען פון די חורים.

רעפערענצן

  דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אזיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!