רוי:מארי קורי

ווערסיע פון 13:23, 2 מערץ 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{שטומף|מענטשן}}" ב־"{{שטומף|ביאגראפיע}}")
מארי קורי
וואוינארט פוילן, פראנקרייך
פרעמיעס און פארערונג נאבעל פריז פאר פיזיק (1903)
נאבעל פריז פאר כעמיע (1911)
הויפט ביישטייערן
פארשונג וועגן ראדיאאקטיוויטעט
אנטפלעקן ראדיום און פאלאניום

מאַרי סקלאדאווסקאַ־קירי (Maria Salomea Skłodowska-Curie, ‏7טן נאוועמבער 18674טן יולי 1934) איז געווען א פיזיקער און כעמיקער באוואוסט פאר איר פיאנערישער פארשונג וועגן ראדיאאקטיוויטעט. זי איז געווען דער ערשטער מענטש צו ווערן באלוינט צוויי מאל מיט א נאבעל פריז[1]—אין פיזיק און אין כעמיע. זי איז געווען די ערשטע פרוי פראפעסאר אין דעם אוניווערסיטעט פון פאריז. זי האט אנטפלעקט צוויי עלעמענטןפאלאניום און ראדיום.

קירי האט אנטוויקלט די טעאריע פון ראדיאאקטיוויטעט.

יונגע יארן

מארי קירי איז געבוירן דעם 7טן נאוועמבער 1867 אין ווארשע, קאנגרעס פוילן אין דער רוסלענדישער אימפעריע, מיטן נאמען מאריא סקלאדאווסקא (פּויליש: Maria Skłodowska). אלס א פרוי און אויך וועגן די אנטי־פוילישע אקטיוויטעטן פון דער רוסישער רעגירונג נאך דעם יאנואר רעוואלוציע האט זי נישט געקענט שטודירן אין אוניווערסיטעט. דערפאר האט זי געארבעט עטליכע יאר ווי א לערערין. אין 1891 ווען זי איז געווען אלט 24 האט זי זיך געצויגן, פאלגנדיק איר עלטערע שוועסטער, קיין פאריז, און דארט האט זי שטודירט כעמיע, פיזיק און מאטעמאטיק אינעם סארבאן. אין דעם סארבאן האט זי געטראפן דעם לעקטאר פיער קירי און זיי האבן חתונה געהאט. זיי האבן געהאט צוויי טעכטער.

רעפערענצן

  1. "Nobel Laureate Facts". Retrieved 26סטן נאוועמבער 2008. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)



  דער ארטיקל בנוגע ביאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!