באַניצער:תנא קמא/רמב"ם

< באַניצער:תנא קמא
ווערסיע פון 05:08, 22 פעברואר 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{אישיות רבנית | שם = רבי משה בן מיימון | כינוי = רמב"ם | תאריך לידה = ד'תתצ"ח (י"א תתצ"ה) | מקום לידה = קארדאווע, שפאניע | תאריך פטירה = ד'תתקס"ה | מקום פטירה = פוסטאט (אלט-קאהיר), עגיפטן | חיבוריו = פירוש המשניות, משנה תורה, מורה נבוכים, אגרות הרמב"ם, תשובות הרמב"ם, שו"ת פ...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)


שגיאות פרמטריות במוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ חיבוריו, מקום לידה, מקום פטירה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

תנא קמא/רמב"ם
געבורט ד'תתצ"ח (י"א תתצ"ה)
פטירה ד'תתקס"ה
כינוי רמב"ם

משנה תורה

ווען דער רמב"ם איז געווען א פרישער יונגערמאן פון דרייסיג יאר אלט - גלייך נאכ'ן פארענדיגן זיין 'פירוש המשניות' און נאכ'ן אנקמען קיין מצרים וואו ער האט חתונה געהאט - האט ער אנגעהויבן שרייבן דעם 'משנה תורה'. ס'איז נאך דאן נישט געווען אזא געדאנק פון אן ארומנעמענדע חיבור צוזאמצונעמען הלכות פון ש"ס בבלי, ירושלמי און ברייתות יעדעס איינע אויף זיין ארט, און דער נענסטער געדאנק איז ווארשיינליך דער 'רי"ף' וואס האט אויף א סוגיא צאמגענומען פסקים וואס קומען ארויס דערפון.

ווי דער רמב"ם ערקלערט אין א בריוו צום ר"י מלוניל, האט ער פארפאסט דעם ספר כדי אוועקצונעמען שטרויכלונגען פון די תלמידים וואס לערנען גמרא, און וועלן מעגליך זיך צעמישן אין פסק הלכה צוליב די לענגערע משא ומתן אין די סוגיות הש"ס. אין א בריוו צו רבי פנחס דער דיין פון אלכסנדריה[1] שרייבט דער רמב"ם אז כדי צו קענען פסק'ען ווי עס ברויך זיין דארף מען קענען אלע סוגיות הש"ס, אבער: "אין כח באדם בעולם להיות זוכר כל התלמוד, בבלי, ירושלמי, והבריתות".

אזוי שרייבט דער רמב"ם אין הקדמה צום משנה תורה, איבער דער אורזאך פון געבן אזא נאמען פאר'ן חיבור: "לפיכך קראתי שם חיבור זה משנה תורה, לפי שאדם קורא בתורה שבכתב תחילה, ואח"כ קורא בזה וידע ממנו תורה שבעל פה כולה, ואינו צריך לקרות ספר אחר ביניהם".

די משנה תורה איז אויסגעשטעלט קלאר, מיט פערצן ספרים וואס רעדן פון אנדערע אפטיילונגען אין הלכה, און עס ווערט צעטיילט אין דריי-און-אכציג קאטעגאריעס, ווי הלכות שבת, הלכות גניבה וגזילה, הלכות חמץ ומצה, א.א.וו. צוזאמען גאנצע טויזנט פרקים, יעדע איינס מיט אפאר הלכות.

דער חיד"א ברענגט א לעגענדע פון רבי דוד הנגיד, וואס האט געהערט פון זיין טאטן רבי אברהם בן הרמב"ם, אז אין די צען יאר וואס דער רמב"ם האט געשריבן משנה תורה איז ער געזיצן אין זיין צימער און איז נישט אריס ביז ער האט עס פארענדיגט. אין דער נאכט וואס ער האט עס פארענדיגט איז געקומען צו אים אין חלום זיין טאטע רבי מיימון מיט נאך א מענטש וואס זיין טאטע האט געזאגט איז משה רבינו. דאן האט משה רבינו אים געזאגט אז ער איז געקומען זען וואס דער רמב"ם האט פארשריבן, און ווען ער האט עס געזען האט ער אים געזאגט "יישר כחך".[2]

רעפערענצן

  1. וואס האט אויך געהאט טענות אויפ'ן חיבור. זעט ווייטער.
  2. שם הגדולים, מערכת גדולים, מערכה מ' אות ק"נ.