קרעטשענעווער-קרית גת'ער רבי
רבי ישראל ניסן ראזנבוים
האדמו"ר מקרעטשניף קרית גת.jpg
געבורט רחובות

רבי ישראל ניסן ראזנבוים (כ"ד ניסן ה'תש"טט"ז מרחשון תש"פ) איז געווען דער קרעטשענעוו-קרית גת'ער רבי.

לעבנסגעשיכטע

רבי ישראל ניסן איז געבוירן געווארן אין רחובות, צו זיין פאטער רבי דוד משה ראזנבוים, דער פריערדיגער קרעטשענעווער רבי, און צו זיין מוטער מרת אסתר רחל, טאכטער פון רבי חיים מרדכי ראזנבוים פון נאדווארנא. ער איז א צווילינג ברודער פונעם קרעטשענעווער רבי פון רחובות, רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים.

א שטיקל צייט נאך זיין חתונה מיט מרת יוטל מירל, טאכטער פון רבי יחזקאל שרגא מערץ אין יאר ה'תשכ"ט, איז זיין פאטער דער רבי פלוצלונג נפטר געווארן ווען ער האט פארוויילט אויף א רייזע אויף קברי צדיקים אין רומעניע.

שפעטער איז ער אריבערגעצויגן וואוינען אין קרית גת, דארט וואו איז ער באקרוינט געווארן רבי. ער האט אויפגעשטעלט א בית מדרש און א חסידישע קריה אונטערן נאמען "רמת דוד" אין געדענק פון זיין פאטער. זיינע מוסדות רעכענען אריין אין זיך אויסער דעם בית מדרש, תלמוד תורה, קינדערגארטן און א כולל פאר יונגעלייט. זיין געמיינדע באשטייט פון צענדליגע משפחות.

קינדער


  דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!