רוי:דניאל רעדקליף

ווערסיע פון 09:56, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

 

Daniel Radcliffe SDCC 2014.jpg

דניאל דזשייקאָב רעדקליף (ענגליש: Daniel Jacob Radcliffe; געבוירן דעם 23סטן יולי 1989) איז א יידיש-בריטישער אקטיאר. ער איז בעסטנס באקאנט פֿאר זיין ראלע אלס האַרי פּאָטער אין דער פֿילם סעריע באזירט אויף די ביכער פֿון דזשיי.קיי. ראלינג.

קאַריערע

 
רעדקליף (לינקס) מיט רופּערט גרינט און עמאַ וואָטסאָן ביי דער פּרעמיערע פֿון "האַרי פּאָטער און די רוחות פֿון טױט: טייל 2" אין לאנדאן

רעדקליף האט אנגעהויבן אלס אן אקטיאר אין שולע פֿאָרשטעלונגען אין עלעמנטאַרשולע. ביים עלטער פון צען יאָר האט ער געשפילט דעם יונגען דייוויד קאָפּערפֿילד אין דער טעלעוויזיע־סעריע מיטן זעלבן נאמען.

אין 2001 האט ער געשפילט מאַרק פּענדל אינעם פֿילם "דער שניידער פֿון פּאַנאַמאַ". שפעטער דאס זעלבע יאָר איז ער דערוויילט געוואָרן צו שפילן אלס האַרי פּאָטער אינעם פילם "האַרי פּאָטער און דער וויסן-שטיין". ער אויך האט געשפילט אלס האַרי אין די אנדערע "האַרי פּאָטער" פילמען.

פילמאגראפיע

וועבלינקען


מוסטער:ביא-שטומף