המכלול:רוי געביט

ווערסיע פון 11:40, 13 פעברואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט באַניצער:עברי אנכי/המכלול:רוי געביט צו המכלול:רוי געביט אן לאזן א ווייטערפירונג: גרייט)

די רוי געביט איז א צייטווייליגער געביט אין המכלול, וואו עס זענען פלאצירט געווארן אלע אימפארטירטע וויקיפעדיע ארטיקלען, אויף ביז ווען זיי ווערן איבערגעשריבן אויף המכלול. די געביט איז פונאנדערגעשיידט פון די הויפט געביט מיט א מערקבארע הונטערגרונט קאליר, און לינקען וועלכע פירן אהין זענען גרין (אנשטאט בלוי, ווי אנדערע אינערליכע פארבינדונגען) מיט א העל-בלויע הונטערגרונט.

איר ציל

ביים גרינדן המכלול זענען אלע ארטיקלען פון יידישע וויקיפעדיע אימפארטירט געווארן צו המכלול. די סיבות דערצו רעכנט אריין:

  1. צו האבן א שטיקל באזיס פון אינפארמאציע, און עס זאל נישט זיין עפעס פאסיג אויף די יידישע וויקיפעדיע וואס איז נישט צוטריטליך אויף המכלול.
  2. שנעלע צוטריט צו אינפארמאציע דורך אינערליכע פארבינדונגען אין המכלול ארטיקלען, און פארמינערן דעם צאל פון רויט-לינקען.

די ארטיקלען פון וויקיפעדיע זענען געשריבן פעלערהאפטיג, מיט 3,400 ארטיקלען פון 15,500 אפיציעל באצייכענט אלץ שטומף[1], געשריבן אויף א יידישיסטישע יידיש, מיט איבלען ברוחניות ובגשמיות[2][3]. דערפאר איז אונטערגענומען געווארן א רייניגונג פראיעקט צו מעקן פסול'ע בלעטער און אינהאלט, און אויפ'ן וועג אויך פטור ווערן פון טייל איבריגע אומענציקלאפעדישע תוכן.

פרינציפן אנבאלאנגט דער געביט

וויבאלד די איינציגסטע תועלת פון די ארטיקלען איז ווי אויבנדערמאנט, זענען זיי אריינגעשטעלט אין קוואראנטין אין די ספעציעלע געביט, נאר אויף ביז ווען דער רעלעוואנטער ארטיקל ווערט איבערגעשריבן אין הויפט געביט, אויף המכלול סטאנדארטן - וואס דאן קען געמעקט ווערן דער בלאט פון רוי געביט.

ארטיקלען אין רוי געביט קענען נישט רעדאגירט ווערן: די ארטיקלען זענען נישט דא אויף צו צושטעלן פולע אינפארמאציע, און עס איז א שאד צו פארלייגן כוחות דערויף. אויב קענט איר די נושא און איר ווילט עס באארבעטן, ביטע שאפט דעם בלאט ווי א געהעריגע דרעפט אין המכלול, און שרייבט עס אפ בשלימות.

ארטיקלען אין רוי געביט קענען נישט אריבערגעפירט ווערן: די ארטיקלען געפונען זיך אין קוואראנטין פאר א סיבה, און זיי דארפן דארט בלייבן ביז ווען זיי האבן אפגעדינט. אויך אויב טרעפט איר אמאל אן ארטיקל וואס איז נישט אזוי שלעכט, איז עס אבער נישט וואס המכלול שטעלט פאר - זיי קענען נישט ארויסגעפירט ווערן צום הויפט געביט.

טעקסט קען נישט קאפירט ווערן: ווען מען שרייבט ארטיקלען איבער א נושא וואס איז שוין דא אין רוי געביט, זאל מען דאס נישט נוצן אלץ א באזיס צו ארבעטן דערויף. ביטע נישט קאפירן טעקסט פון די רויע ארטיקלען אפילו עס ווערט פארבעסערט. עס איז כדאי צו זוכן בעסערע ענציקלאפעדישע רעסורסן אויף וואס צו בויען.

אומפאסיגע אינהאלט: מיר האבן פרובירט די בעסטע צו רייניגן די בלעטער פון אומפאסיגע אינהאלט. אויב טרעפט איר עפעס אומפאסיג, ביטע באריכט דאס דורך דעם ספעציעלן בלאט.

בלאט קעפלעך: וויבאלד איינס פון די סיבות פארוואס די בלעטער זענען אימפארטירט געווארן איז צו האבן גרינגע צוטריט צו אינפארמאציע דורך אינערליכע פארבינדונגען, איז וויכטיג אז די קעפלעך פון די בלעטער זאלן יא זיין ריכטיג, אזויווי מען וואלט עס גערופן אין המכלול. אויב טרעפט איר א טעות, אדער איר האט הערות אויף בלאט-נעמען, ביטע עפנט א דיסקוסיע דערוועגן אין שמועס בלאט פון יענעם בלאט, און טעגט דערביי די מנטרים. איר קענט, און עס איז ראטזאם אליין צו שאפן פאסיגע ווייטערפירונגען וואס וועלן זיך אויספעלן ווען דער ארטיקל וועט שוין זיין איבערגעשריבן; אבער אויך די ווייטערפירונגען דארפן געשאפן ווערן אין רוי געביט, צו ערזעצט ווערן בעתיד צוזאמען מיט'ן ארטיקל.

זכות קדימה: כדי צו קענען ווי שנעלער פטור ווערן פון די רויע ארטיקלען, ווערט געגעבן א דין קדימה פאר וויכטיגע ארטיקלען וועלכע זענען דא אין רוי געביט. ווען איר שרייבט איבער אן ארטיקל, מערקט אן אין שמועס בלאט פון די רויע ארטיקל אז דאס איז שוין ערזעצט, און קען געמעקט ווערן.


רעפערענצן