משלוח מנות (אין אידיש: "שיקן פארציעס") איז איינע פון ​​די מצוות פונעם יום טוב פורים. די מצוה איז אז יעדער זאל שיקן כאטש צוויי פארציעס עסנווארג, פאר כאטש איין מענטש. דער ציל פון דער מצוה איז צו פארמערן פרידן און חסד צווישן אידן, ווי אויך צו פארזיכערן אז די ארעמעלייט האבן עסן פאר דער פורים סעודה.

משלוחי מנות
קינדער טראגן משלוח מנות
אן פארשטעלט'ן יונגל גייענדיג איבערגעבן משלוח מנות

מקור פון דער מצווה

אין מגילת אסתר, רעדנדיג וועגן די פרייד פייערונגען וואָס זענען באשטימט געווארן נאכן געראטעוועט ווערן פון המן'ס גזירות, שטייט געשריבן:

עַל כֵּן הַיְּהוּדִים הַפְּרָזִים הַיֹּשְׁבִים בְּעָרֵי הַפְּרָזוֹת, עֹשִׂים אֵת יוֹם אַרְבָּעָה עָשָׂר לְחֹדֶשׁ אֲדָר שִׂמְחָה וּמִשְׁתֶּה וְיוֹם טוֹב וּמִשְׁלֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ. וַיִּכְתֹּב מָרְדֳּכַי אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה, וַיִּשְׁלַח סְפָרִים אֶל כָּל הַיְּהוּדִים אֲשֶׁר בְּכָל מְדִינוֹת הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ הַקְּרוֹבִים וְהָרְחוֹקִים; לְקַיֵּם עֲלֵיהֶם לִהְיוֹת עֹשִׂים אֵת יוֹם אַרְבָּעָה עָשָׂר לְחֹדֶשׁ אֲדָר וְאֵת יוֹם חֲמִשָּׁה עָשָׂר בּוֹ בְּכָל שָׁנָה וְשָׁנָה, כַּיָּמִים אֲשֶׁר נָחוּ בָהֶם הַיְּהוּדִים מֵאֹיְבֵיהֶם, וְהַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה וּמֵאֵבֶל לְיוֹם טוֹב; לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה, וּמִשְׁלֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ וּמַתָּנוֹת לָאֶבְיֹנִים.

אירע הלכות

 
משלוחי מנות וואס זענען געלייגט געווארן פארנט פון אן פארמאכטן טיר

חז"ל האבן ארויסגעלערנט אז די ווייניגסטע וואס מ'דארף שיקן איז צוויי פארציעס פאר איין מענטש, פון דעם וואס שטייט אין פסוק "משלוח מנות" (וואס קלינגט אפ כאטש צוויי) "איש לרעהו" (וואס קלינגט אפ איינער).

די הלכה איז אז ס'דארף זיין פון צוויי באזונדערע עסנווארג, טראץ דעם וואס ס'געווען רבנים וואס האבן זיך געפירט צו שיקן ספרי חידושי תורה אויף משלוח מנות, איז אבער אין הלכה גע'פסק'נט אז וועש, ספרים און אפילו געלט צו קויפן דערמיט עסנווארג, ווערן נישט גערעכנט פאר "מנות". וועגן שיקן געטראנקען, זענען די פוסקים מחולק מיט זייערע מיינונגען. די מצוה פון משלוח מנות דארף מען אויספירן אין יעדן פאל, און אפילו טאמער האט ער נישט גענוג עסנווארג אוועקצוגעבן פאר אן אנדערן, זאל ער אויפטוישן דאס עסנווארג פון זיין סעודה מיטן חבר'ס.

די מיינונג פון א מערהייט פוסקים איז אז אויך פרויען זענען מחוייב מיט דער מצוה. פארהאן וואס מערקן אן אז א מאן זאל נישט שיקן פאר קיין פרוי, אזוי אז ס'זאל נישט צוקומען צו קיין פראגע פון א ספק קידושין ביים שיקן א ווערדפולע זאך. פארהאן פוסקים וואס שרייבן אז די מצוה דארף אויסגעפירט ווערן דורכן שיקן מיט א "שליח" (און נישט איבערגעבן אליינס), אזויווי אין פסוק שטייט, "ומשלוח מנות איש לרעהו". די מצוה דארף געטון ווערן דווקא בייטאג פון פורים, און יעדער איינער לויטן פלאץ וואו ער געפינט זיך: אין מערהייט ערטער איז דאס אין י"ד אדר, און ביי די שטעט וואס זענען אין דער קאטעגאריע פון "עיירות המוקפות חומה מימות יהושע בן נון" אין טאג ט"ו אדר-שושן פורים.

דער רמב"ם שרייבט אז: "כל המרבה לשלוח לרעים הרי זה משובח" [1], דאך האלט ער אז די חשוב'סטע מצוה פון פורים איז מתנות לאביונים: ”מוטב לאדם להרבות במתנות לאביונים מלהרבות בסעודתו ובשלוח מנות לרעיו, שאין שם שמחה גדולה ומפוארה, אלא לשמח לב עניים ויתומים ואלמנות וגרים”[2].

טעמים פון די מצווה

ס'איז דא וואס זאגן אז די טעם איז צו פארמערן פרענדשאפט צווישן די אידישע קינדער[3], און ס'איז דא וואס זאגן אז די טעם איז צו העלפן פאר די ארעמעלייט וואס שעמען זיך צו בעטן פאר זיך צדקה, אז אויך זיי זאלן קענען עסן די סעודת פורים ווי אללע אנדערע.[4]

משלוח מנות אין אנדערע הינזיכטן

די טעמע פון 'משלוח מנות' ווערט אזוי אויך דערמאניט נאין אנדערעהינזיכטן, ווי צום ביישפיל די אידן וואס זענען אין שיבת ציון פראגראם ארויף קיין ארץ ישראל פון בבלוואס פלעגן פייער'ן דעם ראש השנה דורכ'ן שיקן "מנות לאין נכון לו", ד.ה. פאר אזעלכע וואס זייער פארמעג האט נישט באטראפן אויף צושטעלן דעם יום טוב סעודה:

ויאמר להם: לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים ושִלחו מנות לאין נכון לו כי קדוש היום לאדונינו... וילכו כל העם לאכול ולשתות ולשלח מנות ולעשות שמחה גדולה כי הבינו בדברים אשר הודיעו להם

אבער דער משלוח מנות איז היבש אנדערשער, וייל דאס איז געוואנדן צו "לאין נכון לו" אז ער זאהל האבן, נישט ווי די פורימ'דיגער משלוח מנות וואס איז "איש לרעהו" צו פאר מערערן די פרעדשאפט, און אין דעם איז צופעליג פארהאן אן ענדליכקייט צו אן אנדערן מצוה פון פורים, דאס איז מתנות לאביונים. אבער לויט דעם אויבנדערמאנטן טעם אז די משלוח מנות פורים איז אויך צו פארזיכערן די באדערפענישן פון סעודת פורים פאר די וואס קענען זיך נישט ערלויבן צו קויפן, קען זיין א קאנטאקט צווישן די צויי סארטן משלוח מנות.

זעט אויך

לייענט מער

  • יהודה סארעבניק, "מצות משלוח מנות וטעמיה", אין: משה גנץ, אורי דסברג (עורכים), כי שרית: קובץ מאמרים לימי הפורים לזכרו של מנחם ישראל גנץ, צוייטן פארראכטענעם דרוק, שעלבים: משפחת גנץ, תשמ"ט, עמ' 163–168.
  • מאיר ראפעלד, "משלוח מנות בפורים: גלגולי נוסח ונוהגים", אין: דניאל שפרבר, מנהגי ישראל: מקורות ותולדות, זעקס'טן באנד, ירושלים: מוסד הרב קוק, תשנ"ח, עמ' רכז–רמא; איבערגעדרוקט אין: מאיר ראפעלד, נתיבי מאיר: אסופת מאמרים, מרכז שפירא: דער [מו"ל], תשע"ג, עמ' 210–224.
  • הרב ישראל דאנדראביטש, "בשר לא מבושל - האם קרוי מנה (על המשמעות המילולית של מנה בלשון המקרא ובלשון חכמים)", אין: אור ישראל, גיליון עא, תשרי תשע"ו, עמודים: קעח-קפח.

אנידרויסנדיגע צוגאבן

רעפערענצן

קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.

קטגוריה:פורים קטגוריה:המכלול: ערכים הנכללים בזים תורני

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער


  1. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק מגילה וחנוכ"ה, הלכות ב'–ט"ו

  2. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק מגילה וחנוכ"ה, הלכות ב'–י"ז
  3. אזוי ווערט געברענגט דורך רבי שלמה אלקבץ אין זיין פירוש 'מנות הלוי' אויף מגילת אסתר. זעה אויך אין שו"ת חתם סופר, או"ח סימן קצ"ו וואס ברענגט ארויס א נפקא מינה פון צווישן די צויי דאזיגע טעמים. זעה אויך אין שו"ת שרידי אש, אין די נייע דרוק, ירושלים תשנ"ט ח"א סימן ס"א.
  4. אזוי ווערט געברענגט אין תרומת הדשן, סימן קי"א.