רבי יצחק אבא ליכטנשטיין איז א ראש ישיבה אין תורה ודעת, ברוקלין, ניו יארק און רב פון קהילת בית אברהם, מאנסי, ניו יארק.

ביאגראפיע

רבי יצחק איז א זון פון הרב ד"ר אהרן ליכטנשטיין, ראש ישיבה פון הר עציון ישיבה און ד"ר טובה ליכטנשטיין, א טאכטער פון הרב יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק. ער איז א תלמיד מובהק פון רבי משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק.

ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי חיים גראזאווסקי, זון פון רבי ראובן גראזאווסקי, ראש ישיבה פון תורה ודעת און בית מדרש עליון. ער איז געווען ראש ישיבה אין נתיב התורה, סטעטן איילאנד.

מרחשון תשע"ט איז ער געווארן באשטימט א ראש ישיבה אין תורה ודעת, ברוקלין, ניו יארק.

רעפערענצן

  דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!