רוי:אהרן ליכטנשטיין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אהרן ליכטנשטיין
געבורט כ"ח אייר ה'תרצ"ג
טויט א' אייר ה'תשע"ה (אלט: 81)
באלאנג רעליגיעזע ציונים
באשעפטיגונג גמרא, הלכה
זיינע רביס הרבנים יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק פון באסטאן (זיין שווער), רבי יצחק הוטנער, אהרון סאלאווייטשיק
תלמידים הרבנים משה ליכטנשטיין (זיין זון), יעקב מדן, ברוך גיגי, יובל שרלו, רא"ם הכהן, חיים נבון, שמואל דוד

הרב ד"ר אהרן ליכטנשטיין (כ"ח אייר ה'תרצ"ג 23סטן מאי 1933, פראנקרייך - א' אייר ה'תשע"ה 20סטן אפריל 2015, ישראל) איז געווען ראש ישיבה פון דער הר עציון ישיבה אין אלון שבות, ער איז באלוינט געווארן מיטן ישראל פריז פאר תורה ליטעראטור, און ער האט געהאט א דאקטאראט אין ענגלישער ליטעראטור. ער איז געווען פון די אויסגעצייכנטע רבנים פונעם מאדערן ארטאדאקסישן אידנטום אין ישראל און די פאראייניגטע שטאטן.

הרב ליכטנשטיין ווערט פאררעכנט פאר א תלמיד מובהק פון הרב יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק און זיין דרך אין לערנען האט א השפעה פונעם בריסקער דרך.

ביאגראפיע

אהרן ליכטנשטיין איז געבוירן געווארן אין 1933 אין פאריז, פראנקרייך. אין 1940, עטליכע חדשים נאך וואס פראנקרייך איז איינגענומען געווארן דורך די נאציס, האט זיין משפחה באוויזן צו אנטלויפן צו די פאראייניגטע שטאטן. ער האט געלערנט אין ישיבת חיים בערלין ביי הרב רבי יצחק הוטנער און הרב אהרן סאלאווייטשיק, אבער זיין עיקר חינוך האט ער באקומען אין ישיבה אוניווערסיטעט ביי הרב יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק פון וועמען ער האט באקומען היתר הוראה אין 1959. אין 1960 האט ער געהייראט הרב יוסף דוב'ס טאכטער - ד"ר טובה ליכטנשטיין. הרב ליכטנשטיין האט געהאלטן את הרב יוסף דב פאר זיין רבי מובהק.

פאראלעל צו זיין לערנען אין ישיבה אוניווערסיטעט, האט ער געלערנט ענגלישע ליטעראטור, און אין 1957 האט ער געענדיגט זיין דאקטאראט ביי הארווארד אוניווערסיטעט. א קורצע צייט איז ער געווען א לעקטאר פון ענגלישער ליטעראטור אין שטערן קאלעדזש, א ווייבער קאלעדזש וואס איז שייך צו ישיבה אוניווערסיטעט, אויך איז ער געווען ראש כולל אין ישיבת רבנו יצחק אלחנן.

אין יאר תשס"ה זענען ער מיט זיין ווייב זיך געצויגן קיין אלון שבות וואו ער איז געווארן ראש ישיבה פון דער הר עציון ישיבה.

משפחה

רבי אהרן און זיין ווייב ד"ר טובה האבן געהאט זעקס קינדער:

Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!