רוי:קפ"ש טיטאניק

ווערסיע פון 21:00, 30 יאנואר 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{DISPLAYTITLE:" ב־"{{DISPLAYTITLE:רוי:")
RMS Titanic 3.jpg
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:

קפ"ש טיטאניק (ענגליש: RMS Titanic) איז געווען א ריזיגע לוקסוס שיף וואס איז געזונקען אויפן וועג פון גרויסבריטאניע צו אמעריקע דעם 15טן אפריל, 1912. זייענדיג אויף איר ערשטע רייזע, ווען די שיף האט אריינגעקראכט אין אן אייזבארג. און בלויז נאך 2 שעה און 40 מינוט האט די שיף געזונקען.

די שיף איז געווען די גרעסטע שיף אין יענע תקופה, ווען מען האט געבויעט די שיף האבן זיך די אינזשענירן בארימט אז די טיטאניק קען נישט זינקען. עס האט אנגעהאלטן אומגעפער 2,283 פאסאנזשירן. נאר 706 מענטשן זענען געראטעוועט געווארן פון די קאטאסטראפע.

דאס איז אויך שפעטער געווארן פארוואנדעלט אין א פילם מיטן נאמען "טיטאניק".

מ'האט אנגעהויבן בויען די טיטאַניק דעם 31סטן מערץ, 1909 אין דער "האַרלאַנד און וואלף" שיפבויעריי אין בעלפאַסט, אירלאנד.

גרייס פון טיטאניק פארהעלטענישמעסיג מיט אן ערבוס A380, אן אויטאבוס, אן אויטא און א מענטש

די לענג פון דער טיטאַניק איז 269 מעטער (כמעט פיר מאָל די לענג פון אַ באָעינג 747), און קען גרייכן אַ גיכקייט פון 23 נאַץ (43 ק"מ א ש). זי האט געקענט טראָגן 3547 פּאַסאַזשירן.

עס איז פארהאן א רעקארדירונג פון א קל מלא פון דעם בארימטער חזן יאסעלע ראזענבלאט וואו ער באוויינט דער טיטאניק מאנשאפט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!