משלוח מנות
משלוח מנות איז איינע פון די מצוות פון טאג פורים. די חובה פון דער מצוה איז, אז יעדער מענטש דארף שיקן איינס צום צווייטן מאכלים פורים, כאטש צוויי חלקים, פאר כאטש איין מענטש. דער ציל פון דער מצוה איז צו פארגרעסערן אחווה און חסד ביי עם ישראל אין יום טוב, ווי אויך צו באפרידיקן די מאכלים פון די ארימע כדי זיי זאלן קענען האבן די פורים סעודה.