מתנות לאביונים איז איינע פון ​​די מצוות אין פורים, און א פליכט סיי אויף מענער און סיי אויף פרויען. די מצוה איז אויף יעדן מענטש צו געבן נתינות אין יום טוב צו כאטש צוויי נויטבאדערפטיגע מענטשן, כאטש איין מתנה פאר יעדן איינער פון זיי באזונדער. אין די שיעור וויפיל מ'דארף געבן יעדן איינעם איז געזאגט געווארן אפאר מיינונגען.

מקור פונעם מצוה

דער מקור פונעם מצוה איז אין מגילת אסתר, ווי ס'ווערט געברענגט אין דעם בריוו וואס מרדכי היהודי האט געשריבן צו די אידישע איינוואינער אין אלע לענדער וואס זענען אונטערטעניגט אונטער'ן קעניג אחשורוש:

וַיִּכְתֹּב מָרְדֳּכַי אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה, וַיִּשְׁלַח סְפָרִים אֶל כָּל הַיְּהוּדִים אֲשֶׁר בְּכָל מְדִינוֹת הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ, הַקְּרוֹבִים וְהָרְחוֹקִים. לְקַיֵּם עֲלֵיהֶם לִהְיוֹת עֹשִׂים אֵת יוֹם אַרְבָּעָה עָשָׂר לְחֹדֶשׁ אֲדָר וְאֵת יוֹם חֲמִשָּׁה עָשָׂר בּוֹ, בְּכָל שָׁנָה וְשָׁנָה. כַּיָּמִים אֲשֶׁר נָחוּ בָהֶם הַיְּהוּדִים מֵאוֹיְבֵיהֶם, וְהַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה וּמֵאֵבֶל לְיוֹם טוֹב, לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה וּמִשְׁלוֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ וּמַתָּנוֹת לָאֶבְיוֹנִים.

אסתר, פרק ט', פסוקים כ'-כ"ג

אין אנהייב איז די יום טוב פורים געווען ספאנטאנישע נצחון פייערונגען, נאך דעם געווינס פון די אידן אין דער שטאט שושן, און אין אלע אנדערע שטעט פון דער פערסישער מלוכה. בלויז אַ יאָר נאָכן נצחון האָט מרדכי פאָרגעשלאגן אז די פייערונגען זאלן זיין יערליך, און דערנאָך אויך פאַרפעסטיגט די מצוה פון געבן מתנות פאר די ארעמעלייט. נאך מרדכי'ס בקשה, איז געגרינדעט געוואָרן מאנדאטיש די מצווה צו געבן א מתנה צום ווייניגסטנס פאר צוויי אָרעמע מענטשן.

הלכות פון די מצוה

אין גמרא[1] צייכנט אן רב יוסף אז עס איז א פליכט צו שיקן צוויי מתנות צו צוויי ארעמעלייט, ווייל ס'שטייט אין פּסוק "מתנות" (וואס קלינגט אפ כאטש צוויי) "לאביונים" (וואס קלינגט אויך אפ כאטש צוויי). קומט נאך אים, דער רמב"ם און פסק'נט אזוי:

וחייב לחלק לעניים ביום הפורים, אין פחות משני עניים; נותן לכל אחד מתנה אחת, או מעות או מיני תבשיל או מיני אוכלין, שנאמר "ומתנות לאביונים" - שתי מתנות לשני עניים. ואין מדקדקין במעות פורים, אלא כל הפושט ידו ליטול, נותנין לו; ואין משנין מעות פורים, לצדקה אחרת.

הלכות מגילה ב, טז

צווישן די פוסקים איז דיסקוטירט וואס איז די סומע געלט וואָס אַ מענטש זאָל געבן פאַר מתנות לאביונים; עטליכע זאגן אַז עס איז גענוג צו געבן איין פּרוטה פאַר יעדן אָרעמאַן, וואָס איז אַ סומע וואָס איז געווענליך ווייניגער ווי צען אגורות (וויניגער פון דריי פעניס)[מקור פארלאנגט], און די פונקטליכער ווערד פון דעם איז געוואנדן אין די וועלטיגע געלט ווערד, נאך א מיינונג איז אז מען דארף געבן פאר יעדער פון די ארעמע, געלט אין א סומע וואס מען קען מיט דעם קויפן א סעודה צו עסן, און אין דעם איז אויך דא א פאר מיינונגען וויפיל דאס איז: דער בן איש חי שרייבט אז מען זאל געבן א סומע געלט אין ווערד פון צו קויפן א שיעור פון דריי כביצים ברויט[2]. הרב שלמה זלמן אויערבאך און הרב בן ציון אבא שאול שטעלן די סומע אויף צען שקל (בערך דריי דאללער) - די ווערט פון א פאלאפל צושפייז[מקור פארלאנגט], ווידעראום הרב יוסף שלום אלישיב שטעלט די שיעור אויף ווייניגסטנס פופציג שקל (א ווערד פון בערך פופצן דאללער), און ווי מער, אלס בעסער, ווייל היינט איז פופציג שקל נישט אזוי ווערד[3].

עטליכע פון ​​די פירונגען פון דעם מצוה: מאַכן זיכער אז די געלט זאל שוין זיין ביי די אָרעמעלייט אין מאָלצייט, און זיך נישט באגענוגן מיט'ן אַריבערפירן אין באַנק, וואס ס'ווערט נוצבאר נאר אין סוף פון די טאָג. אנמערקן אז די צוויי מתנות ווערן איבערגעגעבן פאר צוויי באזונדערע ארעמעלייט, אזוי צו פעסטשטעלן אז ס'זאל נישט צוקומען צו א פאל אז נאר איין ארעמאן באקומט פון אלע מתנות לאביונים, און די צווייטער באקומט נישט.

אין פאל א מענטש האט נישט באגעגנט אן ארעמאן דורך אויס די גאנצע פורים, קען ער אפשיידן די געלט פאר מתנות לאביונים, און איבער געבן פאר א נויטבארער נאך פורים, און ער איז אויך אזוי מקיים די מצות היום.[מקור פארלאנגט]

די צייט פון די מצוה איז אין דעם טאג ווען מען ליינט די מגילה, דעריבער ווען מען ליינט נישט די מגילה אין פורים (ווי אין פאל פון פורים המשולש), איז די מצוה אויסצוטיילן די מתנות דעם אין טאג י"ד אדר - די טאג ווען מען ליינט די מגילה, דערוועגן דאס וואס חז"ל זאגן ”מפני שעיניהם של עניים נשואות למקרא מגילה”[4].

שעצונג צו די מצוה

דער רמב"ם שרייבט אז די מצוה איז געשעצט די מערסטו פון אללע אנדערע מצוות פונעם פורים:

מוטב לאדם להרבות במתנות אביונים, מלהרבות בסעודתו ובשלוח מנות לרעיו; שאין שם שמחה גדולה ומפוארה, אלא לשמח לב עניים ויתומים ואלמנות וגרים, שהמשמח לב האמֵללים האלו מידמה בשכינה, שנאמר: "כִּי כֹה אָמַר רָם וְנִשָּׂא, שֹׁכֵן עַד וְקָדוֹשׁ שְׁמוֹ--מָרוֹם וְקָדוֹשׁ, אֶשְׁכּוֹן; וְאֶת-דַּכָּא, וּשְׁפַל-רוּחַ, לְהַחֲיוֹת רוּחַ שְׁפָלִים, וּלְהַחֲיוֹת לֵב נִדְכָּאִים." (ישעיהו נז,טו).

זעט אויך

ליינט מער

רעפערענצן

  1. מסכת מגילה ז, א
  2. בן איש חי, פרשת תצוה אות ט"ו
  3. וישמע משה, רל"ג
  4. מגילה דף ד עמוד ב