מתנות לאביונים איז איינע פון ​​די מצוות אין פורים, ס'איז א פליכט סיי אויף מענער און סיי אויף פרויען. די מצוה איז אויף יעדן מענטש צו געבן מתנות אין יום טוב צו כאטש צוויי נויטבאדערפטיגע מענטשן, כאטש איין מתנה פאר יעדן איינער פון זיי באזונדער.אין די שיעור וויפיל מ'דארף געבן יעדן איינעם איז ג'זאגט ג'ווארן אפאר מיינונגען.

די מקור פונעם מצוה

דער מקור פונעם מצוה איז אין מגילת אסתר, ווי ס'ווערט ג'ברענגט אז אין דעם בריוו וואס מרדכי היהודי האט געשריבן צו די אידישע איינוואינער אין אלע לענדער וואס זענען אונטערטעניגט אונטער'ן קעניג אחשורוש:

וַיִּכְתֹּב מָרְדֳּכַי אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה, וַיִּשְׁלַח סְפָרִים אֶל כָּל הַיְּהוּדִים אֲשֶׁר בְּכָל מְדִינוֹת הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ, הַקְּרוֹבִים וְהָרְחוֹקִים. לְקַיֵּם עֲלֵיהֶם לִהְיוֹת עֹשִׂים אֵת יוֹם אַרְבָּעָה עָשָׂר לְחֹדֶשׁ אֲדָר וְאֵת יוֹם חֲמִשָּׁה עָשָׂר בּוֹ, בְּכָל שָׁנָה וְשָׁנָה. כַּיָּמִים אֲשֶׁר נָחוּ בָהֶם הַיְּהוּדִים מֵאוֹיְבֵיהֶם, וְהַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה וּמֵאֵבֶל לְיוֹם טוֹב, לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה וּמִשְׁלוֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ וּמַתָּנוֹת לָאֶבְיוֹנִים.

אסתר, פרק ט', פסוקים כ'-כ"ג

אין אנהייב איז די יום טוב פורים געווען ספאנטאנישע נצחון פייערונגען, נאך דעם געווינס פון די אידן אין דער שטאט שושן, און אין אלע אנדערע שטעט פון דער פערסישער מלוכה. בלויז אַ יאָר נאָכן נצחון האָט מרדכי פאַרגעשלאגן אז די פייערונגען וועלן זייןיערליך, און דערנאָך אויך פאַרפעסטיקט די מצוה פון געבן מתנות פאר די ארעמעלייט. נאך מרדכי'ס בקשה, איז געגרינדעט געוואָרן מאנדאט'יש די מצווה צו געבן אַ מתנה צום ווייניגסטנס פאר צוויי אָרעמע מענטשן.

פון די הלכות פון די מצוה

אין גמרא[1] צייכנט אן רב יוסף אז עס איז פארפליכטעט צו שיקן צוויי מתנות צו צוויי ארעמעלייט, ווייל ס'שטייט אין פּסוק "מתנות" (וואס קלינגט אפ אז כאטש צוויי) "לאביונים" (וואס קלינגט אויך אפ אז כאטש צוויי). קומט נאך אים, די רמב"ם און פסק'נט אזוי:

וחייב לחלק לעניים ביום הפורים, אין פחות משני עניים; נותן לכל אחד מתנה אחת, או מעות או מיני תבשיל או מיני אוכלין, שנאמר "ומתנות לאביונים" - שתי מתנות לשני עניים. ואין מדקדקין במעות פורים, אלא כל הפושט ידו ליטול, נותנין לו; ואין משנין מעות פורים, לצדקה אחרת.

הלכות מגילה ב, טז

צווישן די פוסקים איז דיסקוטירט וואס איז די סומע געלט וואָס אַ מענטש זאָל געבן פאַר די אָרעמע אין טאָג פורים; עטליכע זאגן אַז עס איז גענוג צו געבן איין פּרוטה פֿאַר יעדן אָרעמאַן, וואָס איז אַ סומע וואָס איז געווענליך ווייניגער ווי צען אגורות (וויניגער פון דריי פעניס), און די פונקטליכער ווערד פון דעם איז געוואנדן אין די וועלטיגע געלט ווערד, נאך א מיינונג איז אז מען דארף געבן פאר יעדער פון די ארעמע, געלט אין א סומע וואס מען קען מיט דעם קויפן א סעודה צו עסן, און אין דעם איז אויך דא א פאר מיינונגען וויפיל דאס איז: דער בן איש חי שרייבט אז מען זאל געבן א סומע געלט אין ווערד פון צו קויפן א שיעור פון דריי כביצים ברויט [2]. הרב שלמה זלמן אויערבאך און הרב בן ציון אבא שאול שטעלן די סומע אויף צען שקל (בערך דריי דאללער) - די ווערט פון א פאלאפל צושפייז[מקור פארלאנגט], דערויף הרב יוסף שלום אלישיב שטעלט די שיעור אויף ווייניגסטנס פון פופציג שקל (א ווערד פון בערך פופצן דאללער), און ווי מערער, אלס בעסער, ווייל היינט איז פופציג שקל נישט אזוי ווערדפול[3].

עטליכע פון ​​די פירונגען פון דעם מצוה: מאַכן זיכער אז די געלט זאהל שוין זיין ביי די אָרעמעלייט אין מאָלצייט, און זיך נישט בייגענוגן מיט'ן אַריבערפירן אין באַנק, וואס ס'ווערט נוצבאר נאר אין סוף פון די טאָג. אנמערקן אז די צוויי מתנות ווערן איבער געגעבן פאר צוויי אנדערע און באזונדערע ארעמעלייט, אזוי צו פעסטשטעלן אז ס'זאהל נישט צוקומען צו א פאל אז נאר איין ארעמאן באקומט פון אלע מתנות לאביונים, און די צווייטער באקומט נישט.

  1. מסכת מגילה ז, א
  2. בן איש חי, פרשת תצוה אות ט"ו
  3. וישמע משה, רל"ג