תקופת רב אדא

ווערסיע פון 07:31, 30 יאנואר 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "הערה|נאמען=" ב־"הערה|שם=")

תקופת רב אדא איז די שיטה פון די אמורא רב אדא בר אהבה אנבאלאנגט די לענג פו די יאר און די תקופה. לויט דעם שיטה זענען 19 זון-יארן גענוי 235 חדשים, און דערויף שטיצט זיך לויט טייל ראשונים אונזער סדר פון עיבור יארן. א יאר איז לאנג 365 טעג, 5 שעה, 997 חלקים און 48 רגעים, און יעדער פון די פיר תקופות איז לאנג 91 טעג, 7 שעה, 519 חלקים און 31 רגעים.

דער רמב"ם זאגט אז דעם חשבון האבן די סנהדרין געניצט, און רבי אברהם בן חייא הנשיא זאגט אז עס מקובל הלכה למשה מסיני. דער תקופה איז פאררעכנט צו זיין פונקטליכער ווי תקופת שמואל, און לויט טייל ראשונים איז עס די אמת'ידע און פונקטליכע; אבער פילע ראשונים האלטן אז עס איז נישט דער גענויע חשבון, נאר בלויז א געוויסע דורכשניט. די חשבון איז זייער נאנט צום חשבון פון די גריכישע היפרכוס.

די תקופה ווערט צום ערשט דערמאנט דורך די ראשונים בשם רב אדא'ס ברייתא וואס איז היינט פארלוירן, און מ'טרעפט עס די פריהסטע אין אן אראבישע חיבור פון יאר ד'תקפ"ד.

מקור און אידענטעטעט

תקופת רב אדא ווערט געברענגט אין די ראשונים בשם זיינס א ברייתא וואס איז היינט פארלוירן[1]. די פריהסטע ראשונים וואס ברענגען עס זענען "ספר העיבור" פון רבי אברהם בן חייא הנשיא[2], און "ספר האלקושי" פון רבי יעקב בן שמשון א תלמיד פון רש"י[3], ביידע געשריבן אין שנת ד'תתפ"ג. פריער איז עס דערמאנט דעווארן אין "מחברת העיבור" פון רבי יצחק בן ברוך אלבאליה וואס איז געשריבן געווארן ארום ד'תת"כ. דער ספר איז אויך פארלוירן, אבער עס ווערט ציטירט דורך רבי אברהם בן חייא הנשיא אין ספר העיבור.

די עלטסטע פארבליבענע געשריבענע מקור פאר תקופת רב אדא איז דווקא א חיבור פון א נישט-איד, דער באקענטער אראבישער מאטאמאטיקער מוחמד אל ח'ואריזמי וואס שילדערט דער אידישע לוח און ווייסט צו דערציילן אז זייערע זון-יאר איז לאנג 365 טעג 5 שעה און 3891/4104 פון א שעה[4].

עס זענען געווען כאטש צוויי אמוראים וואס האבן געהייסן רב אדא בר אהבה[5]. אין ספר יוחסין[6] און צמח דוד[7] ווערט אנגענומען אן אז תקופת רב אדא איז פון די ערשטע רב אדא בר אהבה, א תלמיד חבר פון רב און שמואל וואס האט געלעבט ארום שנת ד' אלפים. ווידער רבי משה חיים רימיני שרייבט אז ער איז דער צווייטער, א תלמיד פון רבא וואב האט געלעבט ארום שנת ד'ק', גאר נאנט צו די צייט ווען הלל החמישי האט מייסד געווען די חשבון פון דער לוח, ווייל דאן (אין יאר 489 אדער 506[8]) האט זיך די אסטראנאמישע תקופה געטראפן מיט תקופת רב אדא{{[9].

די תקופה און די עיבור יארן

די חשבון פון תקופת רב אדא איז אז א יאר איז לאנג 365 טעג, 5 שעה, 997 חלקים און 48 רגעים, און יעדער פון די פיר תקופות איז לאנג 91 טעג, 7 שעה, 519 חלקים און 31 רגעים[10]. א חלק איז 1/1080 פון א שעה, באקאנט פון די חשבון פון די מולדות; א רגע איז 1/76 חלק, און איז נישט באקאנט אדער געניצט ערגעץ אנדערש. לויט דעם שיטה איז די ערשטע מולד געווען 9 שעה און 642 חלקים נאך די תקופה[11].

19 יאר לויט תקופת רב אדא קומען אויס גענוי 235 חודשים פון מולד צו מולד, וואס זענען 29 טעג 12 שעה און 793 חלקים. לויט טייל ראשונים[12], איז די 19 יעריגע מחזור פון עיבור יארן איז געבויט אויף דעם פאקט. 19 מאל 12 איז 228, בלייבן איבער זיבן חודשים, וואס זענען די אדר-ב'ען פון די 7 עיבור יארן. די 'יום התקופה' פון תקופת ניסן טוט דיקטירן אויך די סדר פון די עיבור יארן: אויב פאלט עס אויס מער ווי 16 טעג מעת לעת נאך א מולד, מוז יענער זיין די מולד פון חודש אדר. לויט זיי איז דאס פשט פון רב הונא בר אבין'ס כלל אין מסכת ראש השנה: ”כד חזית דמשכה תקופת טבת עד שיתסר בניסן עברה לההיא שתא ולא תיחוש לה, דכתיב שמור את חדש האביב, אביב של תקופה שיהא בחודש ניסן” (ראש השנה כא, א). אנדערע ראשונים לערנען אבער פשט אין די גמרא אנדערש[13]. אזוי אויך זענען דא פילע ראשונים וואס האלטן אז די ספר פון די עיבורים איז נישט געבינדן דווקא מיט תקופת רב אדא אדער מיט די יום תקופה בכלל[14]. עס ווערט אנגעוויזן דורך מטאטמטיקער אז אפילו לויט תקופת שמואל וואלט די 19 יעריגע מחזור נאכאלץ געווען די בעסטע אפציע; און אננעמענדיג אז אנהייב מחזור געפאלן די תקופה אין מולד אויס צוזאמען, וואלט תקופת שמואל אויך געקענט דיקטירן די סדר פון די עיבור יארן[15]. אנדערע ווילן זאגן אז רב אדא האט נישט אנטוויקלט אן אייגענע שיטה, נאר סך הכל צוטיילט 235 חודשים אויף 76 גלייכע טיילן, פאר די 4 תקופות אין די 19 יאר פון די מחזור[16].

די פונקטליכקייט פון דער חשבון

דער רמב"ם שרייבט אז די סנהדרין האט געניצט תקופת רב אדא ביים דן זיין צי מען זאל מעבר זיין די יאר[17]. רבי אברהם בן חייא הנשיא שרייבט אז תקופת רב אדא איז הלכה למשה מסיני. ער וויזט אן אז די גויים האבן זיך געמוטשעט יארן לאנג צו דערגיין די לענג פון דער יאר, און אויפגעקומען אז עס איז 365 טעג מיט 6 שעה, וויניגער א 1/300 פון א טאג; דאס איז מיט בלויז 4 חלקים און 2.4 רגעים קורצער ווי תקופת רב אדא[18]. דער דערמאנטע חשבון איז פון די גריכעשע היפרכוס ("אברכש" אין די ראשונים), וועמענס ווערטער ווערן געברענגט דורך בטלמיוס אין זיין "אלמגסט"[19]. פון וואס איז היינט באקאנט פאר וויסנשאפטליכער איז עס מיט 6 מינוט און 4 סקונדעס לענגער.

רבי אברהם בן חייא הנשיא און רבי יצחק בן ברוך אלבאליה וועמען ער ברענגט אראפ האבן ביידע געהאלטן אז תקופת רב אדא איז די אמת'ע תקופה אין מציאות[18], און אזוי שרייבט אויך רבי יצחק הישראלי אין יסוד עולם. פון די אנדערע זייט, געבט די רמב"ם אין די חשבונות ראיה אן אנדערע חשבון, אביסל קורצער ווי תקופת רב אדא; און אזוי טוען אויך די אבן עזרא, רלב"ג און א צאל אחרונים, וואס מיינט אז זיי האבן געהאלטן אז אויך תקופת רב אדא איז נישט פונקטליך[20]. די רמב"ם'ס שיטה איז לכאורה שווער, ווייל ער שרייבט אז די סנהדרין פלעגן ניצן דעם תקופה. די חזון איש[21] זאגט אז אדער האט דער חשבון אלעמאל געשטימט לגבי דאס וואס איז א נפקא מינה לגבי קידוש החודש און דערפאר האט די סנהדרין עס געניצט[א].

אין ספר עתים לבינה[22] ווערט געברענגט א סברא בשם רבי עזריה מן האדומים[23] אז רב אדא האט גענומען זיין חשבון פון דער היפרכוס, דער חזון איש קריטיריט שטארק דער שטעלונג, און רופט עס אן "מינות"[21].

די חשבון פון די תקופה

די ראשונים ברענגן א חשבון וויאזוי אויסצורעכענען די צייט פון א תקופה[24]. די חשבון געבט די צייט אפשניט ווילאנג נאך די רעלעוונאטע מולד די תקופה וועט חל זיין. זיי ניצן טעג, שעות, חלקים (1080 פער שעה) און רגעים (76 פער חלק).

וויבאלד לויט רב אדא זענען 19 יאר פונקטליך 235 חודשים, דארף מען זיך בלויז רעכענען מיט די יארן וואס זענען אריבער אין די יצעטיגע מחזור. די חשבון איז ווי פאלגענד:

  1. צוערשט דארף מען אויסרעכענען וויפיל יאר זענען אדורך פון אנהייב מחזור ביז היי יאר, פאר תשרי און טבת ביז פאראיאר. יעדער מחזור איז 19 יאר און זיי לויפן על הסדר פון בריאת העולם;
  2. דערנאך וויפיל דערפון זענען געווען עיבור יארן;
  3. דערנאך, רעכענט מען צוזאמען:
    • 29 טעג, 3 שעה און 151 חלקים;
    • 10 טעג, 21 שעה, 121 חלקים און 48 רגעים פאר יעדער יאר אריבער אין די יעצטיגע מחזור;
    • דערפון רעכענט מען אראפ 29 טעג, 12 שעה און 793 חלקים פאר יעדער עיבור יאר אריבער אין די יעצטיגע מחזור.

די סך הכל איז די צייט אפשניט צווישן די מולד פון חודש אדר (ב' – אין אן עיבור יאר) ביז תקופת ניסן.

  • פאר די צייט פון מולד חודש סיון צו תקופת תמוז לייגט מען צו 2 טעג, 17 שעה, 300 חלקים און 31 רגעים;
  • פאר די צייט צווישן מולד חודש אלול ביז תקופת תשרי: 5 טעג, 10 שעה, 600 חלקים און 62 רגעים;
  • און פאר די צייט פון מולד חודש כסלו צו תקופת טבת: 8 טעג, 3 שעה, 901 חלקים און 17 רגעים.

נאטיצן


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ביאורים

ליידיגע פאראמעטער [ 1 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

  1. ער לייגט צו אז די רמב"ם מיינט צו בלויז אויסצושליסן תקופת שמואל, אבער תקופת רב אדא איז לאו דווקא געווען דאס וואס די סנהדרין האט געניצט

רעפערענצן


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:הערות שוליים

ליידיגע פאראמעטער [ 1 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

  1. ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער רביעי
  2. ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי
  3. כתב יד 692/6 אין די בולדיאנער ביבלעטעק, אראפ געברענגט דורך יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 671
  4. איבערגעזעצט דורך צבי לנגרמן, "אימתי נוסד הלוח העברי?", מאיר בניהו (רעדאקטאר), אסופות א, ירושלים, תשמ"ז, זייט קנט-קסח
  5. תוספות, תענית כ, ב, ד"ה אמר ליה
  6. רבי אברהם זכות, ספר יוחסין, ווארשא, תרל"ו, זייט 79
  7. רבי דוד גאנז, צמח דוד, ווארשא, תרי"ט, זייט 58
  8. יעקב לעווינגער, על השמינית, תל אביב, תשמ"ו, זייט 162
  9. רבי משה חיים רימיני, מחר חדש, פירינצי, תקנ"ד, דף ד
  10. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק י', הלכה א'
  11. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק י', הלכה ג'
  12. ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי בשם רבינו חסאן הדיין, און רבינו יצחק בן ברוך אלבאליה; יסוד עולם לרבינו יצחק הישראלי מאמר ד פרק ב
  13. רש"י, תוספות, יד רמ"ה אויף סנהדרין דף יג עמוד א און נאך. זע מער ביי משה הסגל, מגיד הרקיע, קרית ספר, תשס"ב, זייט 96–110 און ביי יעקב לעווינגער, על השמינית, תל אביב, תשמ"ו, זייט 24
  14. רבינו חננאל מסכת ראש השנה דף כא עמוד א; מאירי סנהדרין דף י עמוד א ד"ה עיבור שנה; תוספות הרא"ש מסכת סנהדרין דף יג עמוד ב
  15. יעקב לעווינגער, על השמינית, תל אביב, תשמ"ו, זייט 135
  16. רבי משה חיים רימיני, מחר חדש, פירינצי, תקנ"ד, דף ד; יעקב לעווינגער, על השמינית, תל אביב, תשמ"ו, זייט 28

  17. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י'–ו'
  18. 18.0 18.1 ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי
  19. ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער ראשון
  20. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 671
  21. 21.0 21.1 רבי אברהם ישעיה קרליץ, חזון איש, חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות ד
  22. יוסף משה גינזבורג, עתים לבינה, ווארשא, תרנ"א, זייט 270
  23. רבי עזריה מן האדומים, מאור עינים, ימי עולם פרק מ
  24. ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שלישי;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ט'–ד'; ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד, דך ב עמוד ב