רבי מרדכי אונגער זצ"ל (– ז' שבט תר"ג) איז געווען פון די גרויסע תלמידים פון רבי'ן פון לובלין און רב אין דאמבראווא.

ביאגראפיע

רבי מרדכי דוד איז געבוירן בערך אין תק"ל אין דאָמבראָווא, פוילן צו רבי צבי הירש און מושקט.[1] ער איז געווען אן אייניקל פונעם סמיכת חכמים, דער מהר"ל מפּראָג, רש"י הק', דער רא"ש און רב האי גאון, וואס האט געצויגן זיין יחוס צו דוד המלך. רבי צבי הירש פלעגט פארן צו צדיקים, ספעציעל צום אפטער רב בעל אוהב ישראל, אבער איז אויך געפארן קיין ליזענסק צום רבי'ן רבי אלימלך און שפעטער צום רבי'ן פון לובלין.

ער איז געווארן אן איידעם ביי א נגיד פון טשעמלאַוו, און חתונה געהאט מיט יענעמ'ס טאכטער חי' שרה. אין אנדערע מקורות זעט מען אז זיין רביצין האט געהייסן שינדל.

נאך די חתונה האט ער געלערנט פלייסיג ווערנדיג בארימט אלס גאון, ווי מ'זעט אין תשובות ספרין בימיו און וויאזוי מ'באציט זיך צו אים.[2] נאכ'ן הסתלקות פונעם גאון רבי יעקב ארנשטיין, דער לעמבערגער רב, בעל 'ישועות יעקב', האבן די טובי העיר לבוב געוואלט אויפנעמען רבי מרדכי דוד אלס רב אין לעמבערג, נאר למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט.[3]

וועלנדיג נהנה זיין פון יגיע כפו, האט ער אנגעהויבן האנדלען מיט וויין, ווי זיינע עלטערן, און דער משפחה נאמען "אונגער" האט זיך גענומען צוליב זיינע שטענדיגע נסיעות קיין אונגארן צו באענגען פון דארט גוטע וויין. אבער כאטש ער האט געהאט הצלחה אין מסחר און געוואלט אנהאלטן דעם וועג, האט ער געטוישט זיים מיינונג, נאך וואס זיין רבי דער לובלינער האט אים געזאגט אז פון הימל וויל מען ער זאל פירן אידן. בערך אין תקע"ה האט ער אנגעהויבן פראווען חסידים אין דער מתנגד'ישע שטאט דאָמבראָווא, און שנעל געווארן מפורסם אלס איש קדוש און חסידים ואנשי מעשה האבן אנגעהויבן שטראמען צו אים. ער האט משפיע געווען קדושה וטהרה, מקרב געווען אידישע הערצער צום אויבערשטן, און גע'פועל'ט פאר אידן ישועות און רפואות.

ז' שבט תר"ג איז רבי מאטעלע דאמבראווער נסתלק געווארן. בחייו האט ער זיך געפירט אז ווען ער איז ארויס אויפ'ן בית החיים אין שטאט, האט ער זיך אפגעשטעלט אויף א געוויסן ארט און זיך דארט געזוימט. האבן די מקורבים פארשטאנען אז ער וויל ליגן אויף יענעם ארט נאך זיין פטירה, און זיי האבן אים טאקע דארט געלייגט למנוחה.

פאמיליע

רבי מרדכי דוד האט איבערגאלאזט עטליכע קינדער צדיקים:

  • רבי יוסעלע דאָמבראָווער, געבוירן לערך אין תק"ס און אין תקע"ה חתונה געהאט מיט גיטל טאכטער פון רבי משה אליקים בריעה פון קאזניץ דער 'באר משה', זון פון קאזניצער מגיד און איידעם ביי רבי אלעזר פון ליזענסק. רבי יוסעלע איז געווען רב אין קאזניץ העכער צוואנציג יאר, און אין תר"ג, נאך דעם טאטנ'ס פטירה, איז ער געווארן ממלא מקומו מיט'ן אדמו"רות אין דאמבראווא, ביז זיין הסתלקות ב' חשון תרכ"ז ביי די 67, און מ'האט אים געלייגט נעבן טאטן.
  • רבי מנחם מענדיל פון סטאַבניץ, איידעם פון רבי ישראל פון סטאַשוב בן רבי מאיר'ל פון אַפּטא בעל 'אור לשמים'. ער איז געווען א מחותן מיט דער שר שלום פון בעלזא.
  • רבי אברהם אלחנן, רב אין קוויף און אַפּאַטשנא, און שפעטער רבי קאַלאָשין. חתונה געהאט צוויי מאל, איז ער איינמאל געווען איידעם ביי רבי קלומינוס קלמן הורוויץ פון פּאַרטשיק, זון פון רבי יוסעלע פון טורטשין בן הרה"ק מלובלין, און אן אנדערס מאל ביי רבי חיים מאיר יחיאל פון מאָגלניצא, איידעם פון רבי אלעזר פון ליזענסק, און זון פון רבי אבי-עזרי זעליג פון גרעניץ איידעם פון קאזניצער מגיד. רבי אברהם אלחנן האט ארויסגעגעבן דעם ספר 'עבודת ישראל' פון זיין זיידן דער קאזניצער מגיד, און איז נסתלק געווארן ד' טבת תרמ"ג.
  • רבי משה'לע אונגער, געבוירן בערך תק"פ און חתונה געהאט מיט מרים עלטסטע טאכטער פון צאנזער רב דער דברי חיים. ער איז נאך זיין חתונה געבליבן וואוינען ארום פערציג יאר אין צאנז און געגעסן קעסט ביים שווער. אויף זיין מציבה שטייט "חתן הרה"צ הגאון רבי חיים אבד"ק צאנז ז"ל והסתופף בצלו ערך ארבעים שנה". אויף דער עלטער איז רבי משה'לע געפארן קיין ארץ ישראל און דארט נפטר געווארן ח"י תשרי תרנ"ח, ומנו"כ אין צפת.
  • רבי יחיאל צבי הירש פון טאָרנא, געבוירן בערך אין תק"ע, איידעם פון רבי שמשון פון זוואָלין. ער האט געדינט אלס רבי פאר חסידים און טאָרנא, ער איז פאראן פון אים אן הסכמה אויפ'ן ספר 'טהור רעיונים' על ש"ס. ער איז נסתלק געווארן הושענא רבא תרמ"ד. זיין טאכטער רעכיל דבורה איז געווען די רביצין פון צאנזער רב בזיווג שלישי, און אויף רבי יחיאל צבי'ס מציבה שטייט "חותן הקדוש מסאנץ".
  • רבי נפתלי פון זשאבנא, איידעם פון רבי יעקב פון מעליץ בן רבי נפתלי צבי פון ראָפּשיץ בעל 'זרע קודש'. ער האט נישט איבערגעלאזט קינדער.
  • די איינציגע טאכטער מלכה, געבוירן לערך תקע"ב-ע"ג, חתונה געהאט צו רבי מנחם צבי פון דראָהביטש, זון פון רבי אלעזר ניסן מדראהביטש, בן רבי משה פון אוהעל דער ישמח משה. צוליב א סיבה ווערט רבי מנחם צבי גערופן מיט'ן נאמען "רבי נחום הערש", אבער פון זיין חתימת יד וואס איז געבליבן אויף פארשידענע ספרים זעט מען אז ער האט געהייסן מנחם צבי. רבי מנחם הערש פלעגט זיך נישט לייגן שלאפן איידער ער האט אויסגערעכנט יעדן חטא כביכול וואס ער האט געטון יענעם טאג{{הערה|צדיק כתמר יפרח עמ' ח). ער איז נפטר געווארן אין דראהביטש ט' חשון תרמ"ז, זייענדיג 66, ושם מנו"כ.

רעפערענצן

  1. רבי מאטעלע דאמבראווער שרייבט זיך אונטער אין זיין הסכמה אויפ'ן ספה"ק 'עבודת ישראל' עה"ת: "הק' מרדכי דוד בהרב הצדיק מו' צבי הירש נבג"מ זצוק"ל מדאמבראווא
  2. אין שו"ת פון סוף ספר 'שובע שמחות' אויף קידושין, זענען געדרוקט עטליכע תשובות צווישן רבי מאטעלע און זיין ידיד רבי מענדיל פון סטריזוב, תלמיד פון רבי מענדעלע רימאנובער.
  3. קונטרס מדרכ"י דוד עמ' ד, מפי רבי אהרן טייטלבוים ז"ל מטשענסקאָוויץ נכד הרה"ק מדאמבראווא