פילאך
Villach panorama.jpg
א הערליכער פאנאראמישער בילד פון דער שטאט
מדינה / טעריטאָריע Flag of Austria.svg עסטרייך
קאָאָרדינאַטן 46°37′N 13°51′E / 46.617°N 13.850°E / 46.617; 13.850 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
בירגערמייסטער גונטער אלבעל
שטח 134.9 קוואדראט ק"מ
הייך 501 מעטער

 ‑ אין שטאָט

61.662‏  (שטייענדיג 2017)

פילאך אדער ווילאך (דייטשיש: Villach, סלאוועניש: Beljak, איטאליאניש: Villaco), איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין דעם פעדעראלן לאנד קארינטיע, וואס געפינט זיך אינעם דרום פון עסטרייך, און די זיבעטע גרעסטע שטאט אין גאנץ עסטרייך. איר באפעלקערונג רעכנט אויס אומגעפער 61,000 איינוואוינערס (יאנואר 2016).

היסטאריע

די עלטסטע מענטשליכע שפורן וואס זענען ערפינדען געווארן אין פילאך, קומען נאך פון דער נייער שטיין עפאכע. פילצאליגע רוימישע אויסגעפינסן, זענען אנטדעקט געווארן אין יאר 15 פאר דער קריסטליכער ציילונג, וויבאלד ס'איז האט זיך געפינען דערנעבן א וויכטיגן רוימישן וועג (דייטשיש: Römerweg), וואס האט געפירט פון איטאליע ביזן "נאריקום" (לאטייניש: Noricum) פראווינץ, וואס איז געווען א טייל פון א אור-אלטער קעלטישער קעניגרייך.

אין יאר 1348 א שוידערליכער ערדציטערניש האט פארניכטעט א גרויסן טייל פון דער שטאט. יארן שפעטער אין 1969, האט ווידערמאל פאסירט א ערדציטערניש. אויסער דעם זענען געווען עטליכע שריפות וואס האבן פארניכטעט און חרוב געמאכט פילע הייזער און געביידעס.

אין 1759, האט די ערצהערצאגין מאריא טערעזא, פון דער האפסבורגער דינאסטיע, עמטליך אפגעקויפט די די טעריטאריעס פון די דינאסטיע אין קארינטיע, פאר א סומע פון מיליאן עסטרייך-אונגארישע גולדען, און פון דעמאלטס פילאך האט זיך פארוואנדלט אין א פארמעג וואס איז געווען אונטער דער הערשאפט פון דער האפסבורגער מאנארכיע. פילאך איז אויכעט געווארן דעם עמטליכן אדמיניסטראטיוון זיץ-ארט פון קארינטיע. דורך די נאפאלעאנישע מלחמות, די שטאט האט זיך פארעכנט פאר א חלק פון די פראנצויזישע איליריאן פראווינצן, ביז די מאכטן פון דער עסטרייכישער אימפעריע, האבן עס צוריק איינגענומען אין יאר 1813.

דורך דער "איינשלוס" עפאכע פון עסטרייך מיט דייטשלאנד אין דער צווייטער וועלט קריג, דער טרויעריג-בארימטער מעיאר פון פילאך, אסקאר קראוס, איז געווען אן אינטוזיאזטישן און א טעטיגן נאציסט. די פארבאנד מאכטן האבן באמבאדירט די שטאט דורך דער מלחמה 37 מאל. 300 מענטשן זענען אומגעקומען, און 85% פון די שטאט'ס געביידעס האבן געליטן פון א שווערן און אומפאררעכטנדיגן שאדן. טראץ דעם חורבן, איז פילאך גאנץ שנעל געהיילט געווארן פון די באמבאדירונגן און איבערגעבויט געווארן פונדאסניי. היינט צו טאגס פילאך איז א געהעריגע שטאט וואס פלעכט איין א מאדערנער שטאט, מיט פארצייטישע היסטארישע עלעמענטן. מוסטער:אייראפע-געא-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!