דרעפט:רבי מנחם מענדל קראכמאל
רבי מנחם מענדל קראָכמאַל זצ"ל (–ב' שבט תכ"א) איז געווען ניקלשבורגער רב און רב פון גאנץ מעהרין, א פוסק, און מחבר ספר שאלות ותשובות 'צמח צדק' הקדמון.
ביאגראפיע
רבי מנחם מענדל איז געבוירן צו רבי אברהם קראכמאל פון קראקא, פוילן אומגעפער אין ש"ס. ער האט באקומען דעם נאמען מנחם מענדל נאך זיין מאמע'ס טאטע מנחם מענדיל שמעלקיש, פרנס אין פשעמישל, זון פון יהושע, א נדיב וואס האט געבויט די בית המדרש אין פשעמישל.
ער האט חתונה געהאט מיט מינקא, טאכטער פון רבי אברהם. ער האט געוואוינט קודם אין קראקא, און נאכדעם זיך געצויגן קיין מדינת מעהרין, וואו ער איז געווארן ניקלשבורגער רב און רב המדינה, ביז זיין פטירה.
זונטאג בא, ב' שבט תכ"א, איז ער נסתלק געווארן אין ניקלשבורג און דארט באערדיגט געווארן.