רוי:IPod
אין דער היסטאריע איז קיינמאל נישט געווען אן איינצעלענער עלעקטראנישער פראדוקט וועלכע האט זיך אזוי גוט פארקויפט ווי די פאפולערע איי-פאד און עס איז אין די היסטאריע קיינמאל נישט געווען אן עלעקטראנישע פראדוקט וועלכע האט געהאט אזויפיל דריטע פארטיי צוגעהערן.
דער נאמען איי-פאד איז שטאמט פון עפל'ס "איי" וועלכע זי נוצט פאר אירע פראדוקטן זינט זי האט ארויסגעגעבן די פירמע'ס מערסט פאפולערע קאמפיוטער די איי-מעק. זינט דעמאלט גייט פראדוקטן מיט א איי. איי-סייט, איי-בוק, -איי-טשעט, איי-טונס א.א.וו.
מאדעלן
די ערשטע איי-פאד איז ערשינען ענדע 01' מיט א 5 גיגא-בייט הארד דרייוו און האט געברענגט א נייע קאנטראל טעכנאלאגיע וועלכע רופט זיך די קליקוויל. די איי-פאדס ווערן קאנטראלירט דורך דעם קליקוויל וועלכע כאפט אויף די פינגער לויט וויאזוי עס דרייט זיך און מיט דעם נעוויגירט מען ארום פון איין פונקציע צו די צווייטע. די ארגינעלע איי-פאד האט נאכגעפאלגט מיט נייע מאדעלן וועלכע זענען געקומען מיט מער מעמארי. ערשט איז געקועמן א 10 גיגיא-בייט מאדעל, א 20 גיגאַבייט מאדעל, א 40 גיגא-בייט מאדעל, און צום לעצט איז די 60 גיגאַבייט מאדעל. אין 2003 איז עפל ארויסגעקומען מיט די איי-פאד מיני וועלכע איז די זעלבע דעווייס נאר איז פיל קלענער אין סייז. די איי-פאד מיני איז באלד געקומען אין צוויי מאדעלן פון 2 און 4 גיגא-בייט. די איי-פאד מיני איז ערשינען אין 5 אויפגעכאפטע קאלירן און האט זיך פארקויפט אין די מיליאנען אויף אזוי ווייט אז מען האט געברויכט ווארטן 6 וואכן צו באקומען דעם איי-פאד צוליב דער גרויסער פארלאנג דערנאך. קורץ דערנאך איז ארויסגעקומען די איי-פאד פאטא וועלכע איז אן ארגינעלער איי-פאד מיט א קאלירטע סקרין וועלכע קען דינען אלס א הארד-דרייוו פאר א קאמפיוטער און קען ארויפנעמען בילדער וועלכע מען קען זען אויף דעם עקראן.
דערנאך איז געקומען די איי-פאד שאפל וועלכע איז די קלענסטע איי-פאד אבער פארמאגט נישט קיין סקרין און איז געמאכט אנצוהענגן אויפ'ן האלז. די איי-פאד שאַפל קומט אין א האלבע און א גאנצע גיגאַבייט מאדעלן און שפילט מוזיק אין א צעמישטע סדר און יעדעס מאל מען באהעפט דאס צו א קאמפיוטער נעמט עס ארויס אנדערע ניגונים פון די מוזיק לייברערי וועלכע מען מאכט זיך אליינס מיט די פאפולערע וויכוואַרג איי-טונס. די לעצטע מאדעל איז די איי-פאד נענא וועלכע האט איבערגענומען די איי-פאד מיני. די אי-פאד נענא איז זייער קליין אבער האלט דאך 2 אדער 4 אדער 8 גיגיא-בייט וועלכע מאכט איר די קלענסטע אזא סארט דעווייס מיט אזויפיל מעמארי. די איי-פאד נענא איז בערך א דריטל קלענער ווי די איי-פאד מיני און פארמאגט א קאלירטע סקרין. עס מעסט זיך יעצט אינגאנצן 1.6 אינטשעס ברייט, 3.5 אינטשעס הויך, א וואונדערבארע 0.2 אינטשעס דיק, און וועגט אינגאנצן 1.5 אנסעס. אפגערעדט פון איר דעזיין און נאמען איז דאס פיל מער פארגעשריטן ווי סיי וועלכע עם-פי-3 שפילער אין די וועלט וואס גיט עפל ווייטער די אויבערהאנט אין די מארקעט.
די נעקסטע איי-פאד וואס ווערט ערווארטעט פון עפל וועט זיין אויך א סעלפאן און איז באקאנט מיט איר פאפולערן נאמען איי-פאן.
די איי-פאדס ווערן פארקויפט מיט א פאר עירפאונס וועלכע זענען אין ווייסע קאליר אלס א טייל פון די דעזיין פון די ארגינעלע איי-פאד. כאטש די קוואליטעט פון די סארט עירפאון איז זייער שוואך איז דאס אבער געווארן די סטיל פון די איי-פאד און יעדער ווייסט אז ווייסע עירפאונס זענען פאר די איי-פאד. די איי-פאד איז א גרויסע ציל פאר גנבים וויבאלד דאס פארקויפט זיך גוט און זיי לאקערן אויף מענטשן וואס האבן דאס. אין ניו יארק סיטי האט די לאקאלע פאליציי גע'עצה'ט די וואס האבן איי-פאדס זיי זאלן דאס אויפטוישן מיט שווארצע עירפאונס כדי די גנבים זאל נישט וויסן אז זיי טראגן א איי-פאד. אבער אן די ווייסע עירפאונס איז דאס נישט אינטערעסאנט פאר קיינעם און יעדער נוצט דאס ווייטער.
איי-פאד באנוץ
די איי-פאד איז א דיגיטאלישער מוזיק שפילער וועלכע נעמט ארויף דיגיטאלישן מוזיק טעקעס (mp3, wma, aac, און נאך) און שפילט דאס אין א סדר וועלכע מען שטעלט זיך אליינס אויס מיט די וויכוואַרג וועלכע קומט דערמיט. כדי צו קענען ארויפלייגן די טעקעס דארף מען האבן א קאמפיוטער און די פאפולערע איי-טונס וויכוואַרג (אדער דריטע-פארטיי וויכוואַרג) וואו מען שטעלט אריין די טעקעס און די אי-פאד נעמט דאס אויף פון דארט. מען קען אויסשטעלן פארשידענע שפיל ליסטעס און זיי נאמינירן וויאזוי מען וויל. די איי-פאד איז זייער גרינג צו נוצן וויבאלד עס האט דיאס קליקרעדל און אירע 4 קנעפלעך. מען גייט ארויף און אראפ אין די מעניו מיט די קליקוויל און אויך די הויכקייט ווערט מיט דעם קאנטראלירט. די איי-פאד קען אויך דינען אלס א הארד- דרייוו פאר א קאמפיוטער און מען קען דאס היינט באהעפטן צו הונדערטער ערליי מוזיק סיסטעמען.
ביזנעס ארום די איי-פאד
זינט די איי-פאד איז געווארן אזא סוקסעס פון די ערשטע מינוט אן האבן אן א שיעור דריטע פארטיי פירמעס אנגעהויבן פראדוצירן אלע סארט צוגעהערן וועלכע ארבעט מיט די איי-פאד. אלעס דרייט זיך ארום די איי-פאד און יעע פירמע וואס פראדוצירט עפעס וואס האט צעטאן מיט די מוזיק וועלט האט שוין עפעס פראדוצירט פאר די איי-פאד אדער עפעס וואס ארבעט מיט די איי-פאד. עס איז אפילו פאראן טייל אויטא פירמעס וועלכע האבן צוגעשטעלט זייערע אויטאס אז עס זאל קענען ארבעטן מיט די איי-פאד און הונדערטער ערליי אויטא מוזיק שפילער מאדעלן זענען געמאכט צו קענען ארבעטן מיט די איי-פאד. עס זענען פאראן אן א שיעור עלעקטראנישע מוזיק פראדוקטן און סיסטעמען וועלכע זענען אויסגעשטעלט צו קענען ארבעטן מיט די איי-פאד. מענטשן זענען אזוי פארקויפט פאר די איי-פאד אז זיי וועלן נישט קויפן א מוזיק סיסטעם אדער אויטא וועלכע וועט נישט מיטשפילן מיט די איי-פאד. גיין אויסרעכנען די אלע צוגעהערן וואלט גענומען א ליסטע פון עטליכע זייטן. עס הייבט זיך אן פון א רעמאוט קאנטראל און ענדיגט זיך ביי בי-עם-דאבעליו אויטאס.
די באטערי
אויסער די הארד-דרייוו איז די באטערי די צווייטע וויכטיגסטע טייל פון די איי-פאד. מענטשן גלייכן פראדוקטן וועלכע'ס באטעריס האלטן לאנג און קענען שנעל רעטשארדזשד ווערן. די איי-פאד איז ארגינעל געקומען מיט א 8 שטונדע באטערי וועלכע קען רעטשארדזשד ווערן ביז 80 פראצענט אין איין שטונדע. שפעטער האט עפל אריינגעשטעלט בעסערע באטעריס וועלכע זענען געגאנגן 12 און 15 שטונדן און היינט האלט עס ביי 18 שטונדן. וויאזוי אימער, איז אבער געקומען קריטיק פון טייל איי-פאד קונדן אז די באטערי איז געשטארבן נאך 18 מאנאטן און וויבאלד מען קען נישט אליינס טוישן די באטערי איז עס גארנישט ווערט. צוויי מענטשן האבן זיך גענומען מאכן א טומעל און עפל האט באשלאסן צו טוישן די באטעריס פאר די מאדעלן וועלכע זענען שוין אויסגעלאפן פון די גאראנטי פאר בלויז 59$. דאס האט שטיל געמאכט די קריטיק אבער באמת איז עס נאך אלץ טייערער ווי צו טוישן א באטערי פון סיי וועלכע ענליכע דעווייס און פארגעסט נישט אז די איי-פאד באטערי קען מען נישט אליינס טוישן און מען מוז עס אוועקשיקן פאר סערוויס.
אדווערטייזינג און ביזנעס מאדעל
עפל האט גענוצט געלונגענע אדווערטייזמענטס צו העלפן פארקויפן די איי-פאדס. מענטשן גלייכן די אדווערטייזמענטס וועלכע זענען זייער סטייליש און אויג פארכאפנד און דאס איז פאראנטוואטליכט פאר א גרויסע פראצענט אויף די איי-פאד סוקסעס. די ערשטע איי-פאד אדווערטייזמענט איז געגאנגן מיט די לאזונג: "טויזענט ניגונים אין דיין טאש". שפעטער האט עפל גענוצט מוזיק אינסטרומענטן וועלכע האבן געשפילט פאפולערע מוזיק און צום לעצט גייען אלע איי-פאד אדווערטייזמענטס מיט שטאנעס פון מענטשן וועלכע טראגן די ווייסע איי-פאד מיט א בעגראונד פון פארשידענע קאלירן. עפל האט א סיסטעם אז זי שפרינגט שנעל מיט נייע מאדעלן און האלט דאס פאר א סוד ביז די לעצעט מינוט און ווען דאס ווערט געמאלדן קען מען דאס שוין באקומען אין די געשעפטן. דאס איז א שווערע זאך אין די היינטיגע ביזנעס וועלט, ספעציעל זינט די איי-פאד איז אזא אויפגעכאפטע זאך. די פירמע שיקט איר פרעזידענט, דזשאבס, צו געבן די מעלדונגן און געווענליך ליגן שוין די פראדוקטן ביי די שוועלן פון די געשעפטן. דאס איז א שטארקע קאנטראסט צו רוב אנדערע פירמעס וועלכע מעדלן פראדוקטן וועלכע זענען נאך נישט פראדוצירט געווארן און בי דער צייט ווען עס קומט ארויס איז מען שוין נישט אינטערעסירט דערין און אמאל קומט עס אפילו נישט ארויס אין די ענדע.
שייכותדיקע אַרטיקלען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!