המכלול:אויפפירונג צווישן די מכלולאים

פארשריפטן פאר די מכלולאים וויאזוי זיך אומצוגיין צווישן זיך:

  1. מען טאר זיך נישט אויסדרוקן אויף אן אומפאסיגע וועג כלפי א צווייטער.
  2. מען טאר נישט שפאטן פון די ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט דורך אנדערע אין המכלול. מען מעג געבן קאנסטרוקטיווע קריטיק, אבער אן ניצן טשעפנעדע ווערטער.
  3. מען דארף היטן אויף א גוטע גיסטע, און האלטן פריינטליכע און רעספעקטפולע באציאונגען צווישן די מכלולאים.
  4. רעדאקטער ווערן אפגעמאסטן בלויז לויט זייערע ביישטיירונגען. אויך ווען א דעבאטע צעפייערט זיך טאר מען נישט אטאקירן אנדערע מכלולאים צוליב זייער יארגאנג, קרייז, דעות אדער יעדער אנדערע פרעזענליכע אייגנשאפט.
  5. מען שארף זיין אנשטענדיג, יושר'דיג און ארנטליך.
  6. איידער א יסודיות'דיגע טויש אין אן ארטיקל, איז ראטזאם דיך דורך צו רעדן מיט די עיקר שרייבער דערפון, אדער לכל הפחות אים מודיע זיין איבערן טויש.
  7. מען טאר נישט מפרסם זיין פרענליכע דעטאלן איבער אנדערע באניצער קעגן זייער ווילן ("גילוי"). דאס רעכנט נישט אריין דערקענען שטרוי-מענשטן וואס זענען געשאפן געווארן כדי צו נייגן אן אפשטימונג.

א הארבע פארלעצונג פון די פארשריפטן דורך א באניצער וועט ברענגן א ווארענוג, און ווייטערדיגע פארלעצונגען נאכן ווארענען קענען פירן צו אן אויסשליסונג.