רוי:פאראייניגטע שטאטן פרעזידענט-וואלן

די וואלן פאר פרעזידענט און וויצע פרעזידענט פון די פארייניגטע שטאטן זענען אומדירעקטע וואלן, אין וועלכע בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן, וועלכע זענען רעגיסטרירט צו שטימען אין איינעם פון די פופציג שטאטן אדער אין וואשינגטאן די סי, אָבער אַנשטאָט וויילן דירעקט פאר די אמטן, וויילט מען פאַר מיטגלידער פון דעם עלעקטאָרן־קאָלעדזש.

די עלעקטאָרן האָבן דאַן דירעקטע וואלן, באַוווסט ווי עלעקטאָראַל וואלן, פאַר פּרעזידענט און פאַר וויצע פּרעזידענט.

דער קאַנדידאַט וואָס באקומט אַן אַבסאָלוט מערהייט פון די עלעקטאָרן (צום ווייניגסטן 270 פון 538, זינט די דריי-און-צוואנציגסטער אַמענדמענט האט געגעבן וואל-רעכטן פאר איינוואוינער פון די-סי) איז דערנאָך געוויילט צו דעם אַמט.

אויב קיין קאנדידאט באקומט נישט קיין אבסאלוטע מערהייט פון די שטימען פאר פרעזידענט, וויילט די רעפרעזענטאנטן הויז דעם פרעזידענט; אזוי אויך אויב קיינער באקומט נישט קיין אבסאלוטע מערהייט פון די שטימען פאר וויצע פרעזידענט, וויילט דער סענאט דעם וויצע פרעזידענט.

פרעזידענט־וואלן פאַלן אויס יעדע פיר יאר מיט רעגיסטרירט וויילער וואָס שטימען אויף וואַלן טאָג, וואָס זינט 1845 געפאלט דינסטאג דעם ערשטן דינסטאג נאָך דעם 1טן נאוועמבער. עס איז די זעלבער טאג פון פילע אנדערע פעדעראלע, שטאַט און לאקאלע פארמעסטן.

די עלעקטאָראַל קאָלעדזש עלעקטאָרן שטימען פארמאל דעם ערשטן מאנטאג נאָך 12טן דעצעמבער אין דער הויפּטשטאָט פון זייער שטאַט. קאָנגרעס באשטעטיגט די רעזולטאַטן אין אנהויב פון יאנואר, און דער פרעזידענטליכער טערמין הייבט זיך אן אין דעם באשווערונגס טאג, וואָס איז באַשטימט אויף 20סטן יאנואר.

פאָלקס שטימען רעזולטאַטן

 
פאָלקס שטימע פּראָצענט

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!