א געמעל

די וויזועלע קונסטן זענען קונסט פארמען וואס זענען בעיקר וויזועל, ווי ארכיטעקטור, דעזיין, ווידעא, מאלעריי, סקולפטור, פאטאגראפיע, פילם-פראדוקציע, צייכענען און קעראמיק. די וויזועלע קונסטן שאפן אביעקטן.

צייכענען

  צייכענען

צייכענען איז א מעטאד פון מאכן א בילד, מיט אן אויסקלייב פון געצייג און טעכניקן. מען צייכנט אויף א מיטל מיט דרוקן א געצייג, למשל בלייערס, א פענע מיט טינט, בערשטלעך, וואקסענע קאלירן און קריידלעך. היינט ניצט מען אויך דיגיטאלישע געצייג וואס מאכן נאך. א קינסטלער וואס זיין פאך איז צייכענען הייסט א צייכענער.

אין אוראלט עגיפטן פלעג מען צייכענען מיט טינט אויף פאפירוס. ווען פאפיר איז געווארן גרינגער צו באקומען אינעם 15טן יארהונדערט, האבן די גרויסע מייסטער געניצט צייכענען פון א קונסט פארעם: באטיטשעלי, ראפאעל, מיקעלאנדזשעלא און לעאנארדא דא ווינטשי.

  דער ארטיקל איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!