רוי:גראדעק
אין געאמעטריע איז א גראָדעק אדער רעקטאַנגל א פירעק מיט אלע ווינקלען גראדווינקלען (גלייכווינקלען).
יעדער גראדעק איז א פאראלעלאגראם, מיט אלע ווינקלען גראדווינקלען. די שכנותדיקע זייטן פון א גראדעק זענען געוויינלעך נישט גלייך מיט אנאנד. א גראדעק מיט אלע פיר זייטן גלייך רופט מען א קוואדראט.
אין א גראדעק זענע די צוויי אַלכסונס (דיאגאנאלן) גלייך און זיי האלבירן זיך איינס אנאנד.
די לענגערע פון די זייטן פון א גראדעק ווערט גערופן זיין "לענג", און די קירצערע זיין "ברייט".
אז די זייטן פון א גראדעק זענען לאנג און , דעמאלסט:
- דער פערימעטער פונעם גראדעק איז גלייך צו:
- דער שטח פונעם גראדעק איז גלייך צו: .
- די לענג פונעם אלכסון פונעם גראדעק רעכנט מען מיטן פיטאגאראס פרינציפ: .
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|