רוי:גראד (ווינקל)

ווערסיע פון 21:23, 3 נאוועמבער 2013 דורך YI>פוילישער (←‏ווינקל גראד)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
איין גראד (רויט)

מען ניצט גראַד אדער שטאַפּל (ענגליש: degree) צו מעסטן ווינקלען אין געאמעטריע. די טייטש פון שטאפל איז א מדריגה העכער אזוי ווי שטיגן. מען ניצט דעם סימבאל °, למשל זעכציג גראד שרייבט מען 60°.

ווינקל גראד

ווען מען וויל מעסטן א ווינקל (ענגליש: angle) ניצט מען אויך שטאפלען. ווי מער שטאפלען מיינט אז דער ווינקל איז ברייטער. א קרייז צעטיילט מען אין 360°, אזוי אז א גלייכע ליניע איז 180 שטאפלען ווייל עס איז האלב פון א קרייז, און א פינקטליכער (גראדער) ווינקל (ענגליש: right angle) איז 90 שטאפלען ווייל עס איז א פערטל פון א קרייז.

געווענליך איז 360 גענוג פאר אלע מעסטונגען, אויב אבער דארף מען האבן קלענער קען מען צעטיילן יעדע שטאפל אויף 60 מינוטן און יעדער מינוט אויף 60 סעקונדעס.

אידישקייט

די סיבה פארוואס א קרייז איז צעטיילט אויף 360 שרייבט דער רמב"ם אין הלכות קידוש החדש ווייל עס קען צעטיילט ווערן אין יעדן נומער פון 1 ביז 10 חוץ פון 7. אז ס'זאל קענען צעטיילט ווערן אויך אין 7 וואלט מען געדארפט ניצן 2520 וואס איז נישט צו פראקטיש. נאך א סבה איז ווייל ס'איז דא בערך 360 טעג אין יאר. אין ספר הקנה ווערט געברענגט אז א יאר איז טאקע 360 טעג, אפשר אזוי איז געווען ביז צום מבול.[מקור פארלאנגט]