רוי:תל חי

ווערסיע פון 00:57, 9 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט תל חי פאגראמען צו רוי:תל חי פאגראמען אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

דאס דארף תל-חי, געפונט זיך אין צפון טייל פון ישראל, אינעם גליל ראיאן. נאך דער ערשטער וועלט מלחמה האט דער פראנצויזישער מאנדאט איבערגענומען די צפון טייל פון פאלעסטינע, לויט די סייקס-פיקא פארשטענדעניש. פאר די אראבער האבן זייער געשטערט, אז דאס פאראייניגטע קעניגרייך, האט אפגעטרעטן פון א געגנט וואס איז א טייל פון פאלעסטינע, נאכדעם וואס די ענגלישע האבן צוגעזאגט פאר די אראבער א קעניגרייך אינעם מיטל מזרח.

די אראבער האבן דערפאר אויפגעשטעלט אן ארמיי, ארויסצושטויסן די פראנצויזן פון צפון פאלעסטינע, און זיי האבן אטאקירט דאס דארף, נאכן פארדעכטיגן אז די יידן באהאלטן אויס פראנצויזישע זעלנער, זעקס אידן זענען אומגעקומען אינעם קאמף, פון זיי דער ציונ'יסט יוסף טרומפעלדאר, וואס לויט דער געשיכטע האט ער געזאגט נאכן פארווונדעט ווערן, עס איז גוט צו שטארבן פאר אונזער לאנד, איידער דעם קאמף זענען צוויי אידן אומגעקומען אין באזונדערע אינצידענטן מיט די בעדואינער פון די געגנט.

אויפן נאמען פון די אכט געפאלענע, האט מען א נאמען געגעבן די שטאט אין דער געגנט קרית שמונה.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!