רוי:שליח ציבור

ווערסיע פון 00:44, 9 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט שליח ציבור צו רוי:שליח ציבור אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

א שליח ציבור, אדער שַ"ץ, איז דער וואס דאווענט פארן עמוד. זיין ראלע איז צו פירן דאס דאווענען און צו זאגן די שטיקלעך וואס איינער זאגט און אלע זאגן נאך, ווי קדיש, ברכו און די הויכע שמונה עשרה.

ביי אשכנזים איז דער מנהג אז דער ש"ץ לאזט אויס הויך יעדן טייל פונעם דאווענען, כדי דער עולם זאל וויסן וואו מען האלט און זאל קענען מיטדאווענען. ווי אויך זאגט ער די זאכן וואס פאדערן א מנין, ווי די קדישים (כדי דער ציבור זאל ענטפערן אמן און "יהא שמיה רבא", ברכו (און מען ענטפערט "ברוך ד' המבורך לעולם ועד") און די הויכע שמונה עשרה (און דער עולם זאגט נאך קדושה).

מקור

די משנה אין מסכת ברכות, און אויך דער שלחן ערוך[1] אז דער ש"ץ גייט צו צום עמוד צו זאגן "ישתבח", און נאך דעם קדיש און ברכו, ברכת קריאת שמע און די שמונה עשרה. ביי רוב אשכנזים איז דער מנהג אז דער ש"ץ גייט צום עמוד פריער (אדער צו אדון עולם און ברכות, וואס ער זאגט הויך, אדער צו קרבנות, אדער צו "הודו". לכתחילה דארף זיין א פאסיגער מענטש וואס האט נישט קיין עבירות און געוואוינט צו ליינען די פסוקים אין תנ"ך.[2] ווען מען קען נישט טרעפן א ש"ץ מיט אלע מעלות, איז יעדער איד נאך דער בר מצוה כשר צו זיין א ש"ץ.[3]

אין חז"ל און שו"ע ווערט דער חזן גערופן "יורד לפני התיבה", ער גייט אראפ פאר דעם עמוד, און וועגן דעם, אין טייל שולן איז דער ארט וואו דער ש"ץ שטייט נידעריגער ווי די גאנצער שול.


זעט אויך


רעפערענצן

  1. אורח חיים סי' נ"ג
  2. שו"ע או"ח נג סעיף ד
  3. שו"ע או"ח נג סעיף ז

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!