פארציילן פארן עולם דא איך וויל,
אן אינטערעסעטאנע זאך איך האב געזען,
באמערקט א זאך אין תשובות מהרי"ל[1],
די גרעסטער אין יענער צייט איז ער געווען.

אויף "טשאלנט" זאגט ער, שטאמען טוט דאס ווארט,
פון פראנקרייך גאר, א ווייטע ווייטע ארט,
טשאלנט, פראנצויזיש איז פאר חמין,
לכבוד שבת הייס מיט אלע טעמ'ן,

פון דייטש האב איך געמיינט טוט אידיש שטאמען,
און זי איז בלויז א זשארגאן אירס א אידישער,
וואו קומט אהער א מאכל א פראנצויזישער?
צרפת - אשכנז?!, וואו קומען זיי צוזאמען?

נאר אונזער הייסע טשאלנט, ווייזט אונז קליפ און קלאר,
אז עסן דאס טוען מיר שוין, באלד א טויזנט יאר!!!

שווערמער
בלעטער | ארטיקלען | אלטע
  1. החדשות סימן לח. (קרעדיט: המכלול העברי ערך חמין)