רוי:קולטורעלע רעוואלוציע

ווערסיע פון 23:38, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט קולטורעלע רעוואלוציע צו רוי:קולטורעלע רעוואלוציע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

די קולטורעלע רעוואלוציע (כינעזיש: 文化大革命) איז געווען א סאציאלע־פאליטישע באוועגונג אין דער מענטשנ'ס רעפובליק פון כינע צווישן די יארן 1966 ביז 1976. די באוועגונג האט געגרינדעט מאא צעטאנג, פארזיצער פון דער קאמוניסטישער פארטיי פון כינע, מיטן ציל פון צווינגען קאמוניזם אין דעם לאנד דורך אויסראטן קאפיטאליסטישע טענדענצן פון דער כינעזער געזעלשאפט. די באוועגונג האט פאראליזירט כינע פאליטיש און האט געהאט א באקאנטן איינפלוס אויפן לאנד עקאנאמיש און סאציאליש.

איינע פון די הויפט אויפטוען איז געווען צו געבן מער קראפט פאר מאא. צענדליגע רעגירונג באאמטער און פארטיי הויפטן זענען באזייטיגט געווארן אדער אראפגענידערט געווארן צו נידעריגערע פאזיציעס כדי צו געבן מער מאכט פאר מאא.

די רעוואלוציע איז געווען איינע פון די הויפט היסטארישע געשעענישן אין דער קאמוניסטישער כינע. זי האט אנגעהויבן מאי 1966. מאא האט געטענה'ט אז בורזשוואזע עלעמענטן האבן דורכגעדרינגען מיט דער רעגירונג און דער געזעלשאפט, מיטן ציל צוריקצוברענגען קאפיטאליזם. כינע'ס יוגנט און סטודענטן האבן צוליב דעם אויפגעשטעלט די רויסט וועכטער. אין דער לענג און דער ברייט פונעם לאנג זענען געווען געשלעגן וואו מ'האט גערודפ'ט מיליאנען מענטשן.

די קולטורעלע רעוואלוציע האט איבערגעלאזט א שטארקע עפעקט אויף כינע'ס ביזנעס וועלט ווייל רוב פון די קעגנער וועלכע זענען אומגעקומען זענען געווען די מערסט געלערנטע מענטשן וועלכע האבן פארשטאנען אז קאמוניזם איז א טויטליכע סיסטעם פאר א לאנד אין היינטיגן דור.

דורכאויס דער קולטורעלער רעוואלוציע האט מאא באוויזן דורכצופירן א גרויסע טייל פון זיינע פאליסיס אין דער רעוואלוציע, אבער אין דער זעלבער צייט האט ער אליינס צוריקגעצויגן פון אסאך אגרעסיווע זאכן. זיין רעגירונג האט אונטערגענומען אן אויספארשונג קעגן די קעגנער און האט באצייכענט פיר מענטשן אלס די הויפט אנפירער פון זיי. דער משפט פון די פיר, באקאנט אין כינע אלס די גרופע פון פיר, האט אפיציעל באצייכנט די ענדע פון דער קולטורעלער רעוואלוציע.

מען האט אפיציעל געמאלדן דעם סוף פון דער קולטורעלער רעווארלוציע ביי דער ניינטער נאציאנאלער פארטיי קאנגרעס אין 1969.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!