רוי:סטיווען האקינג

ווערסיע פון 21:42, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט סטיווען האקינג צו רוי:סטיווען האקינג אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
סטיווען האקינג
ביי דער עלטער

סטיווען האקינג ( 8טן יאנואר 1942- 14טן מערץ 2018) איז געווען א בריטישער פיזיקער און פראפעסער פון מאטעמאטיק.

ער איז געלעמט און א קאמפלעטער אינוואליד פון לו געריגס קרענק זינט זיינע אינגע צוואנציגער יארן. ער קען נישט רעדן און נישט זיך רורן גארנישט בלויז צו פינטלען מיט די אויגן וואס אזוי קאנטראלירט ער אלע זיינע באוועגונגן פון עפענען די טיר ביזן רעדן דורך קליינטשיגע פארגעשריטענע סענסער וואס כאפן אויף און טייטשן איבער זיינע אויגן בלינקען אויף עלעקטראנישע סיגנאלן וואס טוען אלעס וואס ער וויל.

אין וויסנשאפט איז ער באוואוסט פאר זיינע ביישטייערונגען צו די פעלדער פון קאסמאלאגיע און קוואנטן-גראוויטאציע, ספעציעל אינעם קאנטעקסט פון שווארצע לעכער, און זיינע פאפולערע ווערק אין וואס ער דיסקוטירט זיינע אייגענע טעאריעס און קאסמאלאגיע בכלל.

זיין וויסנשאפטלעכע קאריערע האלט שוין אן איבער 40 יאר און זיינע ביכער און פובליק דרשות און אויפטריטען האט אים געמאכט א וועלט באוואוסטער סעלעבעריטי און וועלט באוואוסטער טעארעטישער פיזיקער.

אין 2017 האט ער געזאגט אז די וועלט גייט חרוב ווערן אין ארום 200 יאר, צוליב עטליכע פאקטארן, אן אטאמאטישע מלחמה, א ביאלאגישע מחלה, און בעיקר צוליב גלאבאלע אנווארעמען.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!