רוי:סורינאם

ווערסיע פון 21:38, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט סורינאם צו רוי:סורינאם אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
רעפובליק פון סורינאַם
Republiek Suriname
פאן סורינאַם
סימבאָל סורינאַם
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פון סורינאַם
קאָנטינענט דרום אמעריקע
אָפיציעלע שפּראַך האלענדיש
הויפּטשטאָט פאראמאריבא 5°50′N 55°10′W / 5.833°N 55.167°W / 5.833; -55.167 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
רעגירונג
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
דעסי בוטערסע
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
163,821 קוואַדראַט ק"מ
91סט
1.1
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

481,267
167סט
מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $2,812 מיליאן (163סט)
וואַלוטע סורינאמעזער דאלאר SRD
צייט זאָנע
אינטערנעט דאָמען sr.
טעלעפאָן קאָד 597+

סורינאַם, אפיציעל די רעפובליק פון סורינאם (האלענדיש: Republiek Suriname, ‏[ˌrepyˈblik ˌsyriˈnaːmə]), איז אַ לאַנד אין צפון פון דרום אַמעריקע. ער גרעניצט פראנצויזישע גויאנע צו מזרח, גויאנע צו מערב, בראזיל צו דרום, און דעם אטלאנטישן אקעאן צו צפון. זיין הויפּטשטאָט איז פּאַראַמאַריבאָ.

היסטאריע

אין יאר 667' האבן די האלענדער פארכאפט דעם שטח פון ענגלאנד, אין יאר 700' האט איר ענגלאנד צוריק דעראבערט און אין יאר 815' איז זי אפיציעל - דורך א פרידנס-אפמאך אין פאריז - צוגעטיילט געווארן צו האלאנד און א יאר שפעטער איז עס אריבער אין זיין רשות. סורינאם איז געבליבן א האלענדישע קאלאניע ביז 1954, ווען ער איז געווארן א מיטטייל־לאנד פונעם קעניגרייך פון די נידערלאנדן, מיט גלייכן סטאטוס אזוי ווי האלאנד און די האלענדישע אנטילן. דעם 25סטן נאוועמבער 1975 האט סורינאם פארלאזט דעם קעניגרייך פון נידערלאנדן צו ווערן אן אומאפהענגיג מדינה, אבער מיט נאענטע עקאנאמישע, דיפלאמאטישע און קולטורעלע פארבינדונגען מיט האלאנד.

באפעלקערונג

אין די צייט פון די ציווילע קריג, האבן אסאך אנדערע לענדער נאכגעפאלגט דעם ביישפיל און באפרייט די שקלאפן. איינע פון זיי איז געווען סורינאם. דעמאלט האט אויסגעפעלט נאך ארבעט-הענט, ממילא האט מען אריבערגעברענגט אסאך ארבעטער פון די דערנעבנדיגע אינדיע. מען שאצט אז אין די יארן פון 873' ביז 916' זענען אריבער פיר און דרייסיג טויזנט ארבעטער געקומען פון אינדיע אליינס, און זיי זענען שוין דארט פארבליבן אויף שטענדיג.

די יעצטיגע באפעלקערונג באשטייט פון קעראלעס (וואס איז א געמיש פון ניגערס [פעך שווארצע] און מולאטן), אינדיער יאוואנא כינעזער און נאך.

ווען מען קומט אהן אינעם לופטפעלד פון פּאראמאריבא באמערקט מען א גרויסן טאוול וואס דערציילט אביסל סטאטיסטיק פון די איינוואוינער און רעכנט אויס זייער רעליגיע און צאל, וואס דערגרייכט צו איבער צוואנציג: מאכמעדאנער, פּרעסביטעריאנער, לוטעריאנער, הוסיאנער, רומיש-קאטויליש, גריכיש-קאטויליש און נאך. ביי איזרעאל ווערט אויסגערעכנט 850 לויט די סטאיסטיק, אבער עקספערטן זאגן אז דער ציפער איז שטארק איבערגעטריבן.

קלימאט

דער קלימאט איז א טרוקענע און פייכטע און ווען עס רעגנט (געווענליך עטליכע מאל א טאג) קען מען ממש דערשטיקט ווערן פון היץ. נאכמיטאג זענען די געשעפטן געשלאסן צוליב די גרויסע פייכטקייט.

אויך איז דארט פארהאן גאר אסאך קאמארעס וועלכע פירן ארום פארשידענע מחלות.

יודן און יודישקייט

שפירן פון יודישע פארגאנגענהייט פירן צוריק צו אזוי ווייט ווי אין 632' ווען לויט די אפיציעלע אינפארמאציע פון דער האלענדישער געשיכטע זענען אין דעם יאר אהינגעקומען א קליינע גרופע פארטוגעזער יודן מיט די ערשטע ענגלישע קאלאניסטן.

אסאך יודן זענען אהינגעקומען וועלנדיג אנטלויפן פון די אינקוויזיציע. דער גובערנאטאר האט די יודן איבערגעגעבן א באזונדערע געגנט, וועלכע מען האט דאן גערופן די יודישע סאוואנא, וואו יודן האבן געהאט אן אייגענע אויטאנאמיע וועלכע האט עקזיסטירט כמעט צוויי הונדערט יאר. נאך היינט צו טאג קען מען דארט זעהן איבערבלייבענישן פון יענע צייט.

יודן האבן דאן געהאט אן אייגענעם פירשט וועלכע האט געהייסן דוד הנשיא, אור אור איינקלעך פון דער משפחה געפינען זיך נאך דארט ביזן היינטיגן טאג. איינער פון זיי איז ד"ר נאסי, א בארימטער מעדיקער אינעם רעגירונגס-שפיטאל.