רוי:נארד ריין-וועסטפאליע
נאָרד ריין־וועסטפאַליע Nordrhein-Westfalen | |||||
| |||||
שפּראַכן | סטאַנדאַרט דייטשיש, נידערדייטש | ||||
הויפּטשטאָט | דיסלדאָרף | ||||
גרינדונג דאַטום | 23סטן אויגוסט 1946 | ||||
שטח | 34,088.01 קוואַדראַט ק״מ | ||||
באַפעלקערונג צאָל | 17,845 | ||||
באַפעלקערונג געדיכטקייט | 523 איינוואוינערס אַ קוואַדראַט ק״ם | ||||
פרעמיער מיניסטער | האַנעלארע קראַפט | ||||
אָפיציעלער קאָד | DE-NW | ||||
וועב זייט | www.nrw.de |
נאָרד ריין־וועסטפאַליע, אדער צפון ריין־וועסטפאַליע (דייטש: Nordrhein-Westfalen, נידערדייטש: Noordrhien-Westfalen) איז אַ דייטשלענדיש לאַנד, וואָס געפינט זיך אין מערב־דייטשלאַנד. די הויפּטשטאָט איז דיסלדאָרף. דאָס לאַנד האָט די גרעסטע באַפעלקערונג צווישן אלע דייטשע לענדער מיט 17,878,000 איינוואוינערס. דער שטח איז 34,088.01 ק"וו ק"ם: דאָס פיר־גרעסטע לאַנד, אָבער מיינסט געדיכט באַוואוינט. דאָס לאַנד איז באַגרינדעט געוואָרן אין 1946 ווי אַ סכום פון פריערדיגע פּרייסישע פּראָווינצן ריינלאַנד (נאָר די צפונדיקע טייל) און וועסטפאַליע.
באַפעלקערונג
דאָס האַרץ פונעם לאַנד איז די רור געגנט, וואָס איז מיט אירע 5,172,745 מיליאָן איינוואוינערס די מערסטן באַפעלקערטע שטאָט־אַגלאָמעראַציע אין דייטשלאַנד. פונדעסטוועגן, די צוויי גרעסטע שטעט קעלן (די פירט גרעסטע שטאָט אין דער מלוכה) און דיסלדאָרף (די הויפּטשטאָט) געהערן צו אירע אייגענע געביטן. די צען גרעסטע שטעט זענען די פאלגנדע:
פּאָזיציע | נאָמען | באַפעלקערונג, צאָל 2010 | שטח, ק"וו ק"ם | געדיכטקייט, אַ ק"וו ק"ם |
---|---|---|---|---|
1 | קעלן | 1,000,660 | 405.15 | 2,470 |
2 | דיסלדאָרף | 586,564 | 217.01 | 2,703 |
3 | דאָרטמונד | 580,688 | 280.37 | 2,071 |
4 | עסן | 575,027 | 210.38 | 2,733 |
5 | דיסבורג | 501,564 | 232.81 | 2,154 |
6 | באָכום | 385,626 | 145.43 | 2,652 |
7 | וואוּפּערטאַל | 359,237 | 168.37 | 2,134 |
8 | בילעפעלד | 326,925 | 257.83 | 1,268 |
9 | באָן | 312,818 | 141.22 | 2,215 |
10 | מינסטער | 270,868 | 302.91 | 894 |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!