רוי:משה פרידמאן (גבאי)

ווערסיע פון 20:58, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט משה פרידמאן (גבאי) צו רוי:משה פרידמאן (גבאי) אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
טעקע:Moshe gabai.JPG
ר' משה פרידמאן המכונה משה גבאי.
ר' משה פרד"מ

משה פרידמאן, באקאנט צווישן סאטמארער חסידים אלס משה גבאי, איז געווען דער לאנג-יעריגער באדינער פונעם לעצטן סאטמארער רבי'ן, ר' משה טייטלבוים זצ"ל, און איז היינט דער גבאי ביים סאטמארער רבי'ן פון וויליאמסבורג ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א.

פירער פון סאטמאר

אלס בחור האט ער געלערנט אין דער סאטמארער ישיבה אויף סאנז סטריט אין ברוקלין, ווי ער איז געווען נאנט באפריינדעט מיט אליעזר קעסטענבוים און ברוך מרדכי אקערמאן, היינט באקאנט אלץ ר' משה'ס וויכטיגע שטיצערס. ר' משה איז אויפגעוואקסן מיט דער מיינונג אז מ'דארף נעמען אן אגרעסיוון וועג ווען עס קומט צו פארטיידיגן די סאטמארער אינטערעסן. עס ווערט דערציילט אז ער האט אריינגעווארפן א פארווערטס טראק אין איסט ריווער ווייל עס האט געשריבן נעגאטיווע באשרייבונגען אויף סאטמאר.

אלץ גאר א אינגער יונגערמאן אין עלטער פון עטליכע צוואנציג יאר, האט אים דער סאטמארער רבי אויסגעקליבן אלס גבאי. צוליב זיין נאנטקייט צום סאטמארער רבי האט ער באקומען א מאכטפולע השפעה אויפ'ן אלוועלטליכן סאטמארער חסידות. ביי זיינע יארען איז חסידות סאטמאר שטארק געוואקסן, אבער מיט דער צייט האבן זיך געשאפן קעגן אים פילע קעגנערס וואס האבן געטענה'ט אז ער פירט אן די קהלה מיט א שטייפע האנט, און באנוצט זיך מיט בייזוויליגע מעטאדן אויף איינצופירן זיין ווילן. ער האט איבערגעלעבט א אטענטאט אויף זיין לעבן ווען ער איז געווארן איבערגעפארן מיט א קאר געפירט דורך אייזיק לעפקאוויטש, אין וועלכן ער איז קריטיש פארוואונדעט געווארן אין יענע יארן האט ר' אהרן שטארק איין געריסן פאר זיין געזונט צוליב דעם וואס ער איז געווען דעם ברך משה'ס רעכטע האנט.

צעטיילונג פון סאטמאר

יארן לאנג איז ר' משה פרידמאן געווען א נאנטער ידיד מיט דעם עלטסטן זוהן פון סאטמארער רבי, דער קרית יואל'ער רב, רבי אהרן טייטלבוים מיט וועם ער האט געארבעט האנט ביי האנט פאר די אינטערעסן פון די סאטמארע קהלה. דאס האט אויך געברענגט פאר ר' אהרן געוויסע מתנגדים אין דער סאטמארער קהלה, בפרט אין קרית יואל וואו ער איז געווען רב.

שפעטער האבן זיך די צוויי מענשטן צעקריגט, ווייל ר' אהרן האט נישט געוואלט פאלגן משה גבאי, האט איהם משה געזאגט אז "אויב וועסטו מיך פאלגן וועט אלעס פארן אויב נישט וועסטו אויסזעהן אזוי ווי דאן שוואגער ר' ישראל האגער" (וואס האט דעמאלט געדאווענט און א בעיסמענט קוים מיט מנין) און אונטער דער השפעה פון משה פרידמאן, איז רבי זלמן לייב טייטלבוים, געברענגט געווארן אין יאר 1999-תשנ"ט דורך זיין פאטער, דער ברך משה - וועלכע האט צילוב זיין פארעלטערטקייט און שוואכע געזונט צישטאנד נישט מיטגעהאלטן וואס עס טוט זיך אפ אינערהאלב זיין קהלה -, צו דינען אלס רב פאר דער וויליאמסבורגער קהילה. דער אקט איז געווען אנגענומען דורך רבי אהרן טייטלבוים און זיינע נאכפאלגער אלס א פרואוו צו צונעמען דאס סאטמארער רבנות און אונטערצוברענגען די מאכטפולע השפעה פון ר' אהרן, וועלכער האט זיך געזען אלס דער רעכטער יורש פון דער סאטמארער אימפעריע. דאס האט צוגעברענגט צו אן עפישער קריגעריי איבער דעם עתיד פון דער סאטמארער קהילה און איר פירערשאפט. רוב מענשטן וואס זענען געווען קעגן דעם ברך משה, און ר' אהרן שליט"א (א חלק פון זיי זענען געווען די בני יואל, און א חלק וואס האבן סתם נישט ליב געהאט די הנהגה פון דעם ברך משה), זענען אריבערגעגאנגן צו ר' זלמן לייב, ווייל ער איז געווען מער א צוריקגעצויגענער, און האט קיינמאל נישט געהאט קיין שייכות צו דעם טאטע'ס הנהגה.

דאס איז א נארמאלער ערשיינונג פון גבאים פון געוועזענע רבי'ס וואס זען זיך ארום אן קיין מאכט ביי דעם ממלא מקום נעמען אן אקטיווע שריט צו מינימיזירן דעם כוח פון די נייע רבי'ס. דאס האט פאסירט ביי ר' יוסף אשכנזי, דער גבאי פון ר' יואל טייטלבוים וואס האט געארבייט קעגן ר' משה טייטלבוים, דאס האט אויך פאסירט אין קארלין, סלאנים, און נאך.[מקור פארלאנגט]

די שטיצער פון ר' אהרן באשולדיגן ר' משה גבאי אין צעטיילן סאטמאר, זאגנדיג אז זיין מאטיוו איז צו פארגרינטעווען זיין אייגענער מאכט. איינע פון די הויפט טענות איז דאס אז דער סאטמארער רבי האט געליטן פון אלצהיימערס קרענק ל"ע און דערפאר זענען זיינע החלטות נישט זיינע אייגענע, נאר ער ווערט מאניפולירט דורך משה פרידמאן'ס פערזענליכע אינטערעסן. משה פרידמאן און זיינע שטיצער האבן געפרואווט אויף צו ווייזן אויף צוריק אז דער סאטמארער רבי איז אייביג געווען פולקאם געזונט. און דאס וואס ער פארגעסט איז פשוט צוליב אלטקייט און איז לאו דווקא א ראי' אז מען קען אים איינטיילן וואס צו טאן.

היינט צוטאגס איז ער דער גבאי ביים סאטמארער רבי'ן פון וויליאמסבורג ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, צוזאמען מיט הרב שמואל טייטלבוים וואס ווערט אויך אנגערופן "שמואל גבאי".

די פאזיציע פון א גבאי

צו זיין א גבאי פון א גרויסן אדמו"ר קען אסאך מאל זיין דער שטערקסטע פאזיציע און א חסידות, ממש במקום דער רבי, ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט אין סאטמאר, ווי ר' משה פרידמאן האט זיך ערווארבן אין די לעצטע יארן פונעם רבי'ן, וואס דער רבי איז נישט געווען אין דעם בעסטן געזונט צושטאנד, האט ר' משה געפירט אלץ.

ר' משה פרידמאן האט אויך געהאט פארשידענע פערזענליכע באקאנטע סכסוכים וואס דער רבי איז מיטגעשלעפט געווארן, און אין א געוויסע אינצידענט איז ער איבערגעפארן געווארן מיט א קאר שיער צום טויט, דורך א מיטגליד פון די לעפקעוויטש פאמיליע, צוליב א סכסוך מיט הייזער און געביידעלעך.

אויך איז ר' משה באקאנט אלס א גבר אלים און א שטייפער מענטש וואס שרעקט זיך פון גארנישט, ווי למשל ווען עס זענען פארגעקומען די דאפלטע וואלן אין סאטמאר איז ער געקומען זיך שלאגן מיט די אהרונים.

דער איד

ער איז פּרעזידענט פונעם וואָכן בלאַט דער איד. דאס דינט אים אויך אין זיין מערכה צו באגראבן די ארונים. הגם די ארונים האבן טאקע געעפנט אן אייגענע צייטונג קאנקורענט דער בלאט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!