רוי:לודוויג וואן בעטהאוון

ווערסיע פון 19:37, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט לודוויג וואן בעטהאוון צו רוי:לודוויג וואן בעטהאוון אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
לודוויג וואן בעטהאוון

לודוויג וואַן בעטהאָווען (16טן דעצעמבער 177026סטן מערץ 1827) איז געווען א דייטשער קאָמפּאָזיטאָר און פּיאניסט, פון די גרעסטע ריזן אין קלאסישער מוזיק.

בעטהאָווען איז געבוירן געוואָרן דעצעמבער 1770 אין באָן, פּרינציפאליטעט פון קעלן (היינט דייטשלאנד).

ער האָט פארפאסט די אָפּערע ’’פידעליאָ’’, ניין סימפאָניעס, 16 סטרונע–קווארטעטן, 32 פּיאנע–סאָנאטעס, פינף פּיאנע-קאָנטשערטאָס, א פידל–קאָנטשערטאָ און פיל אנדערע ווערק.

די ניינטע סימפאניע איז א כאָרעל–סימפאָניע, זי האָט געמאכט א רעוואָלוציע אין דער וועלט פון קלאסישער מוזיק און איז פאררעכנט אלס דאָס אממערסטן גראנדיעז קלאסיש ווערק, וואָס איז ווען אמאָל פערפאסט געוואָרן אויף דער וועלט.

זייענדיק 26 יאָר אלט, האָט בעטהאָווען אָנגעהויבן פארלירן זיין געהער. כדי צו הערן וואָס ער קאָמפּאָזירט, האָט ער געמוזט זיך אראָפּלייגן אויף דער ערד, און הערן די וויבראציעס פון דער פּיאנע, אז ער זאָל וויסן וועלכע נאָטן ער שפּילט. אין יענע צייטן איז געווען שווער זיך צו באטייליקן אין דער חברה פאר א טויבן מענטשן. וויבאלד בעטהאָווען האָט געארבעט אליין, שרייבנדיג זיינע קאָמפּאָזיציעס, האָט ער געדאנזשעט צו באהאלטן זיין דעפעקטיווקייט פון אנדערע מענטשן.

בעטהאָווען איז געשטאָרבן דעם 26סטן מערץ 1827 אין וויען.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!