רוי:כרפס

ווערסיע פון 19:21, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט כרפס צו רוי:כרפס אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

כרפס איז איינע פון די סימנים פונעם סדר פסח ביינאכט.

פסח ביים סדר פירט מען זיך צו איינטינקען א שטיקל כרפס (גרינצייג) אין זאלץ-וואסער (צו געדענקען די טרערן פון די יידן ווען זיי זענען געווען קנעכט אין מצרים). לויטן רמב"ם טינקט מען דעם כרפס אין חרוסת.

ס'איז דא וואס נוצן קארטאפל, טייל נוצן רעטעך. יעדערער טוט וויאזוי ער האט געזען ביי זיין פאטער.

אין דער גמרא שטייט נישט אז מען נעמט פסח ביינאכט כרפס נאר עס שטייט מען זאל נעמען א גרינצייג, און לויט דעם קען מען נעמען סיי וועלכע גרינצייג, אין די שפעטערדיגע מפרשים שטייט מען זאל נעמען כרפס ווייל זי איז ראשי תיבות ס פרך אז 600000 אידן האבן געארבעט שווער אין מצרים,

די גרינצייג סעלערי רופט זיך אין אראביש כרפס, און ווען עס שטייט אז מען זאל מהדר זיין נאך די גרינצייג כרפס מיינט מען סעלערי, פאר א קלארער ערקלערונג קוקט אין הגדה של פסח עיוני ההגדה פון הרב חיים בעניש.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!