רוי:יואל ראטה

ווערסיע פון 18:53, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט יואל ראטה צו רוי:יואל ראטה אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ר' יואל ראטה

ר' יואל ראטה (געב' תש"ם) איז דער ראש ישיבה פון ישיבת "תפארת התורה" אין וויליאמסבורג, ברוקלין.

ער איז אן אייניקל פונעם קארלסבורגער רב, רבי יחזקאל ראטה.

ר' יואל איז ברייט באקאנט פאר זיינע כסדרדיגע אפענע ארויסטריטן קעגן דער חינוך סיסטעם וועלכער גייט אן אין רוב ישיבות און חינוך אנשטאלטן.

ר' יואל פארעכנט זיך אלס תלמיד און חסיד פון הר"ר אליעזר שלמה שיק פון ברסלב.

אין דער קורצער היסטאריע פון זיין ישיבה האט ער שוין מיטגעמאכט אן א שיעור רדיפות און בזיונות פון געציילטע אויפגעברויזטע עלטערן וועלכע האבן ארגאניזירט פראטעסטן קעגן אים צוליב דעם וואס זיי ווילן נישט זייערע קינדער זאלן לערנען ביי אים.

ר' יואל גייט אן אלס א זייער פעסטן כאראקטער וועלכער דערשרעקט זיך נישט פון גארנישט און גייט זיך ווייטער זיין וועג נישט קוקנדיג אויף קיינעם ווען עס קומט צו זיינע פרינציפן.

זיינע תלמידים זענען זייער צוגעקלעבט צו אים און אומצאליגע פראוואקאציעס וועלכע זענען אונטערגענומען געווארן דורך זיינע קעגנער ארויסצושלעפן בחורים פון ישיבה האבן זיך אויסגעלאזט מיט גרויסע דורכפעלער.

ר' יואל איז לעצטנס באקאנט געווארן דורך די ווידעא קליפס פון זיינע ניגונים און דרשות אויף יוטוב.

רעפערענצן

וועבלינקען

דער ארטיקל איז א שטומף, אבער זי איז נישט קלאסיפיצירט ווי איינע פון די טיפּן אינעם שטומפן ליסטע אין המכלול. ביטע פארריכטן און קלייבן א נאמען פונעם ליסטע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!