רוי:טאשקענט

ווערסיע פון 18:26, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט טאשקענט צו רוי:טאשקענט אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

טאַשקענט איז די הויפּטשטאָט פון אוזבעקיסטאַן. 2.1 מיליאָן פּערזאָנען וואוינען אין טאַשקענט (2006).

אין טאשקענט זענען פאראן צוויי אידישע קהילות, דער עלטערער צווישן זיי ביידע איז דער היגער ספרדישע (בוכארישע) קהילה זענען דארט אנגעקומען פון אנדערע שטעט אינם בוכארא געגנט ווען די רוסן האבן איינגענומען דער שטאט אין 1865. די רוסישע (אשכנזישע) אידן האבן יעמאלט נישט געהאט די מעגליכקייט צוקומען אין טאשקענט, זייענדיק אינדרויסן פון דער תחום המושב.

נאך דער רוסישע רעוואלוציע, זענען אנגעקומען די אשכנזישע אידן אין טאשקענט. און ווען עס האט זיך אנגעהויבן דער צווייטער וועלטס-קריג, זענען פיל רוסישע, אוקראינשע ווי אויך פוילישע בירגער - צווישן זיי אויך פיל אידן - אנטלאפן טיפער אריין אינם סאוועטן פארבאנד בפרט קיין צענטראל אזיע ווי גרוזיע, קאזאכסטאן און אוזבעקיסטאן. אזוי ארום איז געווארן גאנץ א גרויסער אידישער קהילה אין טאשקענט, דאס צווייטסטע-גרעסטע אין גאנץ אוזבעקיסטאן (דאס גרעסטע זייענדיק סאמארקאנד).

רוב פון די פליטים, זענען ארויס פון אוזבעקיסטאן גלייך נאכן קריג, א מערקווירדיקע אויסנאם זענען געווען די ליובאוויטשער חסידים, וואס כאטש מערסטנס האבן איבערגעכאפט דעם גרעניץ פונם סאוועטן פארבאנד אין דעם באוואוסטען לוואוו פרשה, דאך זענען געבליבן א היבש ביסל חסידים אין טאשקענט. די חסיד'ישע קהילה איז געווארן אסאך קלענער ווען עס איז געווען מיט אפאר יאהר שפעטער א גרויסן ערדציטערניש אין טאשקענט, און פיל חסידים האבן פארלארן זייער הייזער און האבן זיך דעריבער איבערקליבן קיין סאמארקאנד, און בשעת אין די שפעטערדיקע כ"ף יאהרן זענען רוב חסידים ארויס פון סאוועטן פארבאנד, זענען כמעט נישט געבליבן קיין חסידים אין טאשקענט (סיידן איינצלנע, ווי צ.ב.ש. ר' שמעון זאלצמאן).

צווילינג שטעט

טאשקענט האט די צווילינג שטעט:

מוסטער:אזיע-געא-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!