רוי:זון

ווערסיע פון 18:06, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט זון צו רוי:זון אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
די זון
די זון איבער א טייך

די זון (סימבאל: ☉) איז א שטערן ביים צענטער פון דער זון סיסטעם וואס ווארפט אימער ארויס ענערגיע וואס באשאפט שטראלן. זי איז א כמעט פערפעקט ספערישער באל פון הייסער פלאזמע. די זון גענערירט א מאגנעטיש פעלד. דער דיאמעטער פון דער זון איז 109 גרעסער ווי די ערד, און די מאסע פון דער זון איז 330,000 גרעסער ווי די ערד.

ווען מען זעט די זון אין דעם הימעל איז עס טאג; ווען מען זעט זי נישט איז עס נאכט.

די זון איז א שטערן אין דער מילכיגער וועג גאלאקסיע.

די ערד און די אנדערע פלאנעטן (ווי אויך די קארליק פלאנעטן, אסטערוידן און קאמעטן) דרייען זיך ארום דער זון אויף א באשטימטער רוטע צוליב דער זונ'ס שטארקע גראוויטאציע-קראפט.

די זון איז פון די תלמודישע שבעה כוכבי לכת אדער ווי מען רופט זיי אין מאמע לשון, גייענדיגע שטערן.

לויט ווי די וועלט האט געהאלטן ביזן 16סטן י"ה, און לויט ווי עס זעט אויס פאר דער וואס געפינט זיך אויף דער ערד, דרייט זיך די זון ארום דער ערד, אבער דער פארשער קאפערניק האט איבערגעוויזן מיט זיין אסטראנאמישער וויסנשאפט, אז עס איז פארקערט, די וועלט דרייט זיך ארום די זון.

יארן לאנג האבן גענומען די קריגערייען צווישן אידישע געלערנטע אין די גוי'אישע. וואס פון דעם איז געבליבן ווייסן מיר אויך אז "הודו חכמי ישראל לחכמי אומות העולם".

מאנכמאל טוט די לבנה פארשטעלן די זון, די ערשיינונג הייסט ליקוי חמה.

די אמאליגע פעלקער האבן געדינט די זון ווי אן אפגאט.

אין רוב פון דער וועלט היינט ניצט מען דעם זון-קאלענדאר, וואס איז באזירט אויף דער באוועגונג פון דער ערד ארום דער זון.

נאמען און עטימאלאגיע

דער יידישער סובסטאנטיוו זון איז צו ענגליש sun, אלט-פריזיש sunne, sonne, אלט-זאקסיש sunna, מיטל האלענדיש sonne, מאדערנע האלענדיש zon, אלט הויכדייטש sunna, מאדערנע דייטש Sonne, אלט נארוועגיש sunna, און גאטיש sunnō.

אייגנקייטן

די טעמפעראטור אויפן אייבערפלאך פון דער זון איז 5,785 גראד קעלווין (אומגעפער 5,512 גראד צעלזיוס); אין צענטער פון דער זון דערגרייכט די טעמפעראטור ביז 15.7 מיליאן גראד. צוליב דער הויכער היץ אין צענטער פון דער זון פאסירן דארט טערמא-יאדערישע פראצעסן, ספעציעל קערן-שמעלצונג, וואס איז דער קוואל פון דער זונ'ס ענערגיע. דער דיאמעטער פון דער זון איז 1,392,00 קילאמעטער און איר פארנעם איז מער ווי א מיליאן מאל אזוי גרויס ווי דער פארנעם פון דער ערד. די מאסע איז אומעגעפער 300,000 מאל אזוי גרויס ווי די מאסע פון דער ערד, און זי באשטייט בעיקר פון וואסערשטאף (74%) און העליום (24%). אויך אנטהאלט די זון זויערשטאף, קוילנשטאף, אזאט, נעאן, אייזן, סיליציום, מאגנעזיום, שוועבל און נאך עלעמענטן אין א קליינעם מאס.

די זון דרייט זיך אויף איר אַקס אבער זי איז נישט קיין פעסטער קערפער. דאס קען מען דערקענען פון די זונפלעקן.

די זון באוועגט זיך אין אן ארביט אין דעם מילכיגער וועג גאלאקסיע, ווייט 26,000 ביז 28,000 ליכט יאר פונעם צענטער פון דער גאלאקסיע. איין ארביט דארף דויערן 226 מיליאן יאר.

אז מען קוקט אויף דער זון זעט וואס האט פאסירט דארט 8 מינוט פריער, ווייל די זון איז ווייט פון דער ערד 150,000,000 ק"מ ( 1 אסטראנאמישע איינס) און עס דויערט אזוי לאנג ביז דאס ליכט קומט אן אין דער ערד.

די זון איז א שטערן מיט אבסאלוטער העלקייט 4.83+, געשאצט צו זיין העלער ווי 85% פון אלע שטערן אינעם מילכיגן וועג, וואס זענען מערסטן רויטע קארליקן. די זון אנטהאלט א שפע פון שווערע עלעמענטן ווי גאלד און אוראניום. די ווייט פון דער זון ביז דער ערד ענדערט זיך צווישן פעריהעליאן אין יאנואר צו אפהעליאן אין יולי, מיט א דורכשניט צייט פון 1 אסטראנאמישער איינס. ליכט פון דער זון דויערט 8 מינוט און 19 סעקונדעס אנצוקומען צו דער ערד.

די ענערגיע פון דעם זונענשיין שטיצט כמעט אלע לעבן אויף דער ערד'ס קלימאט און וועטער.

מען מעסט דעם ראדיוס פון דער זון פון איר צענטער ביזן עק פונעם פאטאספער, דער זעבארער אייבערפלאך פון דער זון.

די זון דרייט זיך גיכער ביי איר עקוואטאר ווי ביי אירע פאלוסן. געזען פון די שטערן, דרייט זיך די זון איין מאל אין 25.6 טעג ביים עקוואטאר און איין מאל אין 33.5 טעג ביי די פאלוסן.

צוזאמענשטעל

די זון איז צוזאמענגעשטעלט בעיקר פון די כעמישע עלעמענטן וואסערשטאף און העליום; זיי זענען 74.9% און 23.8% פון דער מאסע פון דער זון אינעם פאטאספער.[1] אלע שווערערע עלעמענטן, גערופן אין אסטראנאמיע מעטאלן, שטעלן צו ווייניגער ווי 2% פון דער מאסע, בעיקר זויערשטאף (אומגעפער 1% פון דער זונ'ס מאסע), קוילנשטאף (0.3%), אזאט (0.2%), און אייזן (0.2%).[2]

אינערהאלב דער זון איז דער צוזאמענשטעל געענדערט דורך קערנשמעלצונג, און דער אינעווייניגסטער טייל פון דער זון אנטהאלט 60% העליום.

סטרוקטור

הארץ

דאס הארץ פון דער זון ציט פונעם צענטער פון דער זון ביז אומגעפער 20–25% פונעם זון־ראדיוס. עס האט א געדעכטיקייט ביז 150 גראם א צ"מ3 ‏(150 מאל אזוי געדעכט ווי וואסער) און א טעמפעראטור פון 15.7 מיליאן גראד קעלווין. די טעמפעראטור פון דער זונ'ס אייבערפלאך איז אבער 5,800 גראד קעלווין. דורך א קערן־רעאקציע אינעם הארץ ווערט וואסערשטאף פארוואנדלט אין העליום. די ענערגיע פון דער זון ווערט גענערירט אין הארץ פון דער זון. דאס טוט אנווארעמען די דרויסנדיקע שיכטעס פון דער זון און דערנאך גייט ענערגיע ארויס פון דער זון אלס ליכט אדער קינעטישע ענערגיע פון טיילכלעך.

די פראטאן-פראטאן קייט רעאקציע פאסירט 379.2x10 מאל יעדע סעקונדע אינעם הארץ און פארוואנדלט אומגעפער 3.7x1038 פראטאנען אין אלפא טיילכלעך (העליום קערנס) יעדע סעקונדע.

מאגנעטיזם

די זון האט א מאגנעטיש פעלד וואס ענדערט זיך אריבער דעם אייבערפלאך פון דער זון. לעבן די פאלוסן איז דאס פעלד שטארק 1–2 גויס (0.0001–0.0002 T), אבער נארמאל איז דאס פעלד 3,000 גויס (0.3 T) אין די אייגנשאפטן פון דער זון וואס ווערן גערופן זונפלעקן און 10–100 גויס (0.001–0.01 T) אין זון-פראמינענצן. אויך ענדערט זיך דאס מאגנעטישע פעלד מיט צייט. נאך 11 יאר חזר'ט איבער דער סדר פון די ענדערונגען.

דאס מאגענטישע פעלד איז פארשפרייט א סך ווייטער ווי די זון אליין.

זונפלעקן

אז מען קוקט אויף דער זון מיט א זון־טעלעסקאפ זעט מען טונקעלע טיילן וואס מען רופט זונפלעקן. די זונפלעקן נעמען זיך פון שטארקע מאגנעטישע אקטיוויטעט אויפן אייבערפלאך פון דער זון. אזוי ווי די טעמפעראטור דארט איז נישט אזוי הויך ווי אין אנדערע פלעצער אין דער זון זען אויס די שטחים טונקלער. נאך 11 יאר הייבט אן נאכאמאל דער זעלבער סדר פון זונפלעקן.

מקור פון דער זונ'ס ענערגיע

שוין פון די אור-אלטע צייטן האט מען פארשטאנען אז די שטראלונג פון דער זון איז לעבנסנויטיג פאר לעבן אויף דער ערד, אבער מ'האט נישט געהאט קיין וועג אויסצופארשן וואס שאפט די זון צו ברענען.

די ערשטע פראבע אין דער ריכטונג האט געמאכט דער דייטשער דאקטער יוליאוס מייער אין 1848, וואס האט אויסגערעכנט (וויסנדיק ווי גרויס איז די זון) אז טאמער די זון איז געמאכט נאר פון קוילנשטאף וואלט געווען מעגלעך פאר דער זון צו פארזארגן ענערגיע בלויז אויף 5,000 יאר. ער האט געקלערט אז אפשר קומט די ענערגיע פון מעטעאריטן וואס פאלן אריין אין זון, אבער ווען יא דארף די מאסע פון דער זון וואקסן כסדר, א זאך וואס מען זעט איז נישט וואר.

אין 1854 האבן פארגעשטעלט הערמאן פאן העלמהאלץ און לארד קעלווין אז די ענערגיע פון דער זון קומט פון איינציען פון דער גאז פון וואס די זון איז צוזאמענגשטעלט. זיי האבן אויסגערעכנט אז דאס וואלט געשאפן ענערגיע גענוג פאר דרייסיג מיליאן יאר. אין אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט האט ארטור עדינגטאן אפגעשאצט אז די זון ניצט אויס קערן־רעאקציעס. עדינגטאן האט נישט געקענט אויסרעכענען וויאזוי זאל דאס ארבעטן אזוי ווי די קוואנטן-מעכאניק האט מען נאך נישט אויפגעוויזן.

אין 1925 איז די בריטישע אסטראנאם סעסיליע פיין-גאפאשקין געווען דער ערשטער מענטש וואס האט באקומען א דאקטאראט אין אסטראנאמיע פון הארווארד אוניווערסיטעט. אין פארלויף פון איר פארשונג איז זי געווען די ערשטע צו ווייזן דעם ספעקטרום פון דער זונ'ס ליכט, און זי האט געוויזן אז די זון אנטהאלט מערסטנס וואסערשטאף און אויך העליום. אין יענע יארן האבן אסטראנאמען אלע געהאלטן אז די זון איז בעיקר צוזאמענגעשטעלט פון אייזן, און פיין-גאפאשקין האט געדארפט צוריקציען אירע ווערטער, אבער יארן שפעטער האט מען אויסגעוויזן אז זי איז געווען גערעכט.

אין 1938 האט האנס בעטע פארגעשטעלט א קאמפליצירטע סעריע פון קערן־רעאקציעס וואס זענען צוגעפאסט צו די שטראלונגען וואס ווערן ארויסגעשאסן פון דער זון. די רעאקציעס זענען דער באזיס פאר וואס ווערט גערופן היינט דער "סטאנדארט מאדעל פון דער זון". לויט בעטע, אין א קערן־שמעלץ קייט־רעאקציע, וואס הייסט די פראטאן-פראטאן קייט-רעאקציע, פארוואנדלען זיך פיר וואסערשטאף אטאמען אין איין העליום אטאם (פראקטיש שאפן זעקט וואסערשטאף אטאמען איין העליום אטאם און שיסן ארויס צוויי וואסערשטאף אטאמען). 0.71% פון דער מאסע ווערט פארלוירן און קומט ארויס ווי היץ־ענערגיע, וואס שטראלט פונעם פאטאספער. די זון האט גענוג ענערגיע צו דויערן 10 מיליארד יאר.

ליקויים

א ליקוי חמה פאסירט ווען די לבנה קומט אינצווישן דער ערד און דער זון. דאס קען זיין נאר ביים מולד, דאס איז בערך ראש חודש. ביי א גאנצער ליקוי חמה ווערן טיילן פונעם אטמאספער ארום דער זון זעבאר.

א ליקוי לבנה פאסירט ווען די לבנה גייט אדורך דעם שאטן פון דער ערד, ד"ה ביי א גאנצער לבנה. אין איין יאר קען פארקומען ביז דריי ליקוי לבנות.

די זון אין קולטור

דורכאויס דער מענטשליכע היסטאריע האבן פארשידענע קולטורן געזען עפעס ספעציעל אין דער זון. אין זייער א סך קולטורן ווערט די זון געדינט ווי אן אפגאט. למשל, אין הינדואיזם איז דער זון אפגאט דער שטערקסטער אפגאט, און אזוי אויך אין כנענישער קולטור. ביי די מצריים איז דער הויפט אפגאט געווען ראַ, דער זון אפגאט. אין די פיראמידן האט מען געטראפן שיפן צו פירן די נשמות צו אן אייביג לעבן קעגן איבער דער זון.

דער ערשטער טאג פון דער וואך רופט מען זונטאג, "טאג פון דער זון"; אזוי אויך אויף ענגליש: Sunday, אויף דייטש: Sonntag און אויף דעניש: Søndag.

אין אידישקייט

אין דער תורה שטייט אז די זון איז באשאפן געווארן אין פערטן טאג פון די ששת ימי בראשית. יעדע 28 יאר זאגן אידן לויטן דין פון דער גמרא ברכת החמה אויף א טאג וואס געפאלט מיטוואך און באצייכענט ווי די זון איז צוריקגעקומען צום ארט וואו זי איז געווען ווען דער אייבישטער האט זי באשאפן.

דער יידישער קאלענדאר איז באזירט אויף די חדשים פון דער לבנה, אבער יעדע צוויי אדער דריי יאר לייגט מען צו נאך א חודש (דאס ווערט גערופן אן עיבור־יאר) כדי פסח זאל געפאלן שטענדיק אין פרילינג. מיט זיבן עיבור־יארן אין 19 יאר האט מען צוזאמען 247 חדשים פון דער לבנה וואס איז כמעט פונקלעך די לענג פון 19 זון יארן.

רעפערענצן

  1. Lodders, Katharina (July 10, 2003). "Solar System Abundances and Condensation Temperatures of the Elements" (PDF). The Astrophysical Journal. The American Astronomical Society. 591 (2): 1220–1247. Bibcode:2003ApJ...591.1220L. doi:10.1086/375492. {{cite journal}}: Invalid |ref=harv (help)
    Lodders, K. (2003). "Abundances and Condensation Temperatures of the Elements" (PDF). Meteoritics & Planetary Science. 38 (suppl.): 5272. Bibcode:2003M&PSA..38.5272L. {{cite journal}}: Invalid |ref=harv (help)
  2. Hansen, C.J.; Kawaler, S.A.; Trimble, V. (2004). Stellar Interiors: Physical Principles, Structure, and Evolution (2nd ed.). Springer. pp. 19–20. ISBN 0-387-20089-4.


די זון סיסטעם
 
 
די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס
פלאנעטן · קארליק-פלאנעטן · לבנות: ערדיש · מארסיש · אסטערוידיש · יופיטעריש · סאטורניש · אוראניש · נעפטוניש · פלוטאניש · ערידיש
SSSBs:   מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קויפער פאס/פארשפרייטער דיסק) · קאמעטן (אורט וואלקן)
זעט אויך אסטראנאמישע אביעקטן און דער זון-סיסטעמ'ס רשימה פון אביעקטן, סארטירט לויט ראדיוס אדער מאסע.
רשימה פון פּלאַנעטן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!