רוי:האן דינאסטיע

ווערסיע פון 17:19, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט האן דינאסטיע צו רוי:האן דינאסטיע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

די האַן דינאַסטיע (כינעזיש: 漢朝; פין יין: Hàn Cháo; ‏[xân tʂʰɑ̌ʊ̯]) איז געווען די צווייטע כינעזישע אימפערישע דינאסטיע, וואס האט געהערשט אין כינע צווישן די יארן 206- און 220, נאך דער טשין דינאסטיע. אין איר צייט איז קאנפוציאניזם געווארן די רעליגיע פון כינע.

אונטער דער הערשאפט פון דער האן דינאסטיע איז שטארק אנטוויקלט געווארן קונסט און וויסנשאפט. די צייט פון דער האן דינאסטיע ווערט פאררעכנט די גאלדענע תקופה אין דער כינעזישער געשיכטע. אין דער תקופה איז אויפגעשטעלט דער זיידענער וועג, דורך וואס כינע האט געפירט האנדל מיט די מיטלענדישע לענדער.

דער ערשטער קייסער פון דער דינאסטיע איז געווען ליו באנג, וואס האט געהאט דעם נאמען "קייסער גאַא".

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!