רוי:גרויסער אידישער אויפשטאנד

ווערסיע פון 16:40, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט גרויסער יידישער אויפשטאנד צו רוי:גרויסער יידישער אויפשטאנד אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
יידישער שקל פונעם גרויסן יידישן אויפשטאַנד, יאר ד' (69/70 אצ"ר)

דער גרויסער (אָדער ערשטער) ייִדישער אויפשטאַנד (אין העברעאיש: מרד הגדול) איז געווען אַ מלחמה צווישן די יידן אין יהודה און די רוימער אין יאָר 66 ביז 70 אצ"ר. דער דאזיגער אויפשטאנד איז דער ערשטער פון דריי גרויסע אויפשטאנדן קעגן די רוימער ביי אידן.

די מלחמה האָט אָנגעהויבן אין יאר 66 צוליב וואקסנדיקע שפּאַנונגען. במשך פון דער מלחמה האָבן די רוימער חרוב געמאַכט אַ סך שטעט (גמלא, מצדה, ירושלים, אאַ"וו) און אין יאָר 70 דעם בית־המקדש.

די מלחמה

ערשטנס האָט די רוימישע ארמיי פון סיריע אַטאַקירט די אידן מיט שוועריגקייט. קייסער ניראָ האט ארויסגעשיקט וועספאסיאנוס ארויס קיין גליל פון רוים צו העלפן. שוין אין 68 האט וועספאסיאנוס איינגענומען גאנצן גליל. יוסף בן מתתיהו האָט פּרטימדיק אפּגעמשלט די באַלעגערונגען פון טאַריכעאַ, יודפת און גמלא.

אין 69 איז וועספאסיאנוס געווארן דער קייסער פון רוים; זיין זון טיטוס האט ממשיך געווען צו אַטאַקירן די אידן. טיטוס האָט באלעגערט ירושלים זיבן חדשים. די רוימער האבן חרוב געמאכט ירושלים און דעם בית־המקדש אין 70 אצ"ר און האבן צעראבאווענט די מנורה, דעם שלחן, די כלים און געלט פון זיי.

פונדעסטוועגן, עטליכע שטעט האבן די רוימער נישט איינגענומען ביז נאך חורבן ירושלים. מען איז למשל איינגענומען מאַכיירוס אין 72 אצ"ר און מצדה אין 73 אצ"ר.

היסטאָרישע קוואַלן

 
א רעליעףֿ פון די רוימישער ארמיי טראגנדיק דאס רויב פון ירושלים אין רוים.

ס'רוב וואָס מיר ווייסן וועגן דער מלחמה האָט יוסף בן מתתיהו רעקאָרדירט אין זיין ביכער. ער איז געווען אַ כהן וועלכער איז געוואָרן אַ יידישער גענעראַל אינעם גליל. דערנאָך האבן די רוימער אים געפאַנגען גענומען. יוסף האָט אָנגעהויבן צו העלפן די רוימער און איז געוואָרן פלאַוויוס יאָסעפוס (Flavius Josephus). וואוינענדיק אין רוים האט ער אנגעשריבן עטליכע ביכער וועגן יידישער געשיכטע, יידישער רעליגיע און זיין לעבן.

רוימישער היסטאָריקער און חז"ל האָבן אויכעט געשריבן וועגן דער מלחמה.

זייער א סך ארכעאלאגישע ארטיפאקטן און מטבעות האָבן זיך געפונען שוין אין ארץ ישראל.

דער דערנאָכדעם פון אויפשטאַנד

די צעשטערונג נאָך דער מלחמה איז געווען וואָגיק. די חורבן פון בית־המקדש און שטאַט יהודה איז געווען טראַגיש צו אידן ביז היינטיגע צייטן. אידן פאַסטן און קלאגן אלע יאָר תשעה באב, דעם טאג ווען מען האָט חרוב געמאַכט ביידע בתי מקדשים. די מלחמה איז געווען אַ פונדאמענטאלע תקופה אין יידישער געשיכטע.

תפילה און שילן זענען געווארן מער וויכטיג נאכן חורבן, ווייל מען האט נישט געקענט נאך ברענגען קרבנות.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!