רוי:בארבאדאס

ווערסיע פון 15:52, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט בארבאדאס צו רוי:בארבאדאס אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
באַרבאַדאס
Barbados
פאן
פאָן
נאַציאָנאַלע זינגליד:
[[טעקע:|צענטער|290px|אָרט פון ]]
קאָנטינענט צפון אמעריקע
אָפיציעלע שפּראַך ענגליש
הויפּטשטאָט ברידזשטאן 13°06′N 59°37′W / 13.100°N 59.617°W / 13.100; -59.617 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
רעגירונג פארלאמענטארע דעמאקראטיע
מאנארך
פּרעמיער מיניסטער
עליזאבעט די צווייטע
פרוינדל סטוארט
אומאפהענגיגקייט
- פונעם פאראייניגטן קעניגרייך

30סטן נאוועמבער 1966
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
439 קוואַדראַט ק"מ
200טער
נישטיק
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

277,821
2010
660 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $7.053 ביליאן (161סט)
וואַלוטע BBD בארבאדיאנישער דאלאר
צייט זאָנע UTC-4
אינטערנעט דאָמען bb.
טעלעפאָן קאָד 1-246+

באַרבאַדאס (ענגליש: "Barbados") איז א סואווערענער אינזל לאנד אין די קליינע אנטילן, ער איז לאנג 34 ק"מ און ברייט ביז 23 ק"מ, מיט א שטח פון 432 קוואדראט ק"מ. ער געפינט זיך אין דער מערב זייט פונעם צפון אטלאנטישן אקעאן, 100 ק"מ מזרח פון די איבערן-ווינט אינזלען און דעם קאראאיבישן ים; און בערך 400 ק"מ צפון־מזרח פון טרינידאד און טאבאגא.

בארבאדאס איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, דער קאמאנוועלט און די וועלט האנדל ארגאניזאציע.

היסטאריע

אן ענגלישע שיף איז אנגעקומען אין בארבאדאס אין 1625, און די מאנשאפט האט תובע געווען דעם אינזל אינעם נאמען פונעם מלך דזשעימס דער ערשטער. אין 1627 זענען די ערשטע סטאבילע קאלאניסטן געקומען פון ענגלאנד און ער איז געווארן א בריטישע קאלאניע.

אין 1966 איז בארבאדאס געווארן אומאפהענגיג, מיט דער מלכה עליזאבעט די צווייטע פאר ראש מלוכה.

ער האט א באפעלקערונג פון 277,821 מענטשן, מערסטן פון אפריקאנישן אפשטאם.

עקאנאמיע

בארבאדאס האט א גוט אנטוויקלטע געמישטע עקאנאמיע. די היסטארישע עקאנאמיע פון בארבאדאס איז געבויט געווארן אויף צוקערראר, אבער זייט די 1980ער יארן איז מען עוסק אין די פאבריקאציע און טוריזם סעקטארן.


דעמאגראפיע

אידן זענען געקומען קיין בארבאדאס קורץ נאך די ערשטע קאלאניסטן אין 1627. אין ברידזשטאן געפינט זיך די נדחי ישראל שול, די עלטסטע שול אין די אמעריקעס, ערשט געבויט אין 1654. די מצבות אין דעם בית החיים גייען צוריק צו די 1630ער יארן.


וועבלינקען

מוסטער:געא-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!