רוי:אליעזר אדלער

ווערסיע פון 15:19, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט אליעזר אדלער צו רוי:אליעזר אדלער אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

ר' אליעזר אדלער [לייזער אדלער] ( ה'תרכ"ו - ט"ו טבת ה'תש"ט) איז געווען דער מייסד פון דער יידישער קהילה אין געיטסהעד. ער איז געבוירן אין סטאניסלאוו.

אליעזר איז געווען פון א רייכער משפחה. ביי אכט יאר אלט האט ער פארלוירן זיין טאטע, און מיט דעם האט זיך געענדיגט די פרנסה. ביי 14 יאר האט ער מחליט געווען צו העלפן זיין מאמע און די משפחה מיט פרנסה, איז ער געפארן צו זיין עלטסטן ברודער מאיר, וואס האט געפירט א באנק אין גאלאץ, ראמעניע, בתנאי אז ער דארף נישט ארבעטן שבת. למעשה האבן זיי געפאדערט צו ארבעטן שבת, איז איז ער אין יאר תר"ם געפארן קיין ליווערפול, ענגלאנד. אזוי ווי ס'נישט געווען קיין אידישקייט דארטן איז ער געפארן קיין ניוקאסל דארט האט ער געזען אז עס נישט קיין ריכטיגע יודישקייט. האט ער געקויפט א געשעפט אין געיטסהעד וואס איז אריבער דעם טיין טייך פון ניוקאסל, און ארויסגעשלעפט א מנין שומרי שבת און מייסד געווען קהילת געיטסהעד אין יאר תרמ"ז. אסאך יארן נאכדעם האבן זיי געבויט די בלעכענע שול. 1938 זענען אנגעקומען אסאך פליטים פון דייטשלאנד און נאך אייראפעישע לענדער.

ער איז געווען באקאנט אלס קלוגער יוד און תלמיד חכם, ביי 50 יאר האט ער זיך פענסיאנירט פון זיין ביזנעס מיט אומבאוועגלעכע גיטער און זיך געזעצט לערנען א גאנצן טאג. אסאך מענטשן פלעגן זיך קומען דורך רעדן מיט אים.

ער האט איבער געלאזט א שיינע דור משפחות היילפרין, ראטענבערג, רייך און אדלער.

ווארענונג
דער ארטיקל איז א שטומף, אבער זי איז נישט קלאסיפיצירט ווי איינע פון די טיפּן אינעם שטומפן ליסטע אין המכלול. ביטע פארריכטן און קלייבן א נאמען פונעם ליסטע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!