רוי:איזשביצע

ווערסיע פון 14:59, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט איזשביצע צו רוי:איזשביצע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

איזשביצע איז א דארף אין לובלינער פראווינץ, מזרח פוילן, בערך 19 ק"מ דרום פון קראסניסטאוו און 59 ק"מ דרום פון לובלין. זיין באפעלקערונג איז 1,933.

איזשביצע ווערט דערמאנט דאס ערשטע מאל אין 1419; אום 1540 איז ער געווארן א שטאט מיט מאגדעבורג רעכט. במשך די יארן האבן אידן באזעצט די שטאט. נאכדעם וואס פוילן איז געווארן צעטיילט אום 1772 איז די שטאט אריבערגעגנגען צו עסטרייך; אום 1809 איז זי צוריק אין דער ווארשעווער הערצאגשאפט. נאך דער מפלה פון נאפאלעאן באנאפארטע איז איזשביצע געווארן א טייל פון קאנגרעס פוילן. אום 1827 האט דאס שטעטל געהאט 51 הייזער און 407 איינוואוינערס, אלע אידן.

נאך ה'ת"ר איז עס געווארן א צענטער פון חסידות, ווייל רבי מרדכי יוסף ליינער האט אריבערגעפירט זיין הויף דארטן (פון טאמאשאוו). דער צווייטער איזשביצער רב איז געווען זיין זון הרב יעקב ליינער.

50°53′N 23°10′E / 50.883°N 23.167°E / 50.883; 23.167 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!