רוי:ביאלע

ווערסיע פון 01:41, 6 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דערשיינ" ב־"ערשיינ")
לובלין
Biała Podlaska
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאַטע 1481
קאָאָרדינאַטן 52°02′N 23°07′E / 52.033°N 23.117°E / 52.033; 23.117 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
וואיעוואדעשאפט לובלין
בירגערמייסטער דאניוש סטעפאניון
שטח 49.40 קוואדראט ק"מ
הייך 137-150 מעטער

 ‑ אין שטאָט

59,280‏  (שטייענדיג 2012)
צייט זאָנע UTC+1
www.bialapodlaska.pl
Biala-Podl-08030830.jpg

ליטוויש ביאלע (פּויליש: Biała Podlaska; אוקראיניש: Біла בילאַ; לאטייניש: Alba Ducalis אַלבאַ דוקאַליס) איז א שטאט אין דער לובלינער וואיעוואדעשאפט, מזרח פוילן מיט א באפעלקערונג פון 58,010 (2006). איר בירגערמייסטער הייסט דאניוש סטעפאניון.

היסטאריע

דער ערשטער היסטאריעשר דאקומענט וואס דערמאנט ביאלע איז פון 1481. לכתחילה האט ביאלע געהערט צו דער איליטש משפחה. אינעם 16טן יארהונדערט איז די ראדזיוויל משפחה געווארן די נייע בעלי-בתים פון ביאלע. נאך צוויי הונדערט יאר וואיולזיין האבן די שוועדן זיך אריינגעריסן אין פוילן. דערנאך האבן די קאזאקן אטאקירט ביאלע.

די יידישע קהילה פון ליטוויש ביאלע

אום ה'שפ"א (1621) האבן 30 יידישע משפחות באקומען רשות צו וואוינען אין ביאלע. אום 1841 זענען געווען אין ביאלע 2,200 אידן אין א באפעלקערונג פון 3,588; אום 1897, 6,549 פון 13,090; אום 1921, 6,874 פון 13,000; אום 1931, 6,923 (64.7%) פון 10,697. צווישן די צוויי וועלט מלחמות האבן ערשיינט אין ביאלע פיר יידישע צייטונגען.

בערך פון תק"ץ האט ביאלע אנגעהויבן צו ווערן א גרויסער צענטער פון חסידים. הרב יצחק יעקב ראבינאוויטש, אן אייניקל פונעם ייד הקדוש און מחבר פון דברי בינה, האט אויפגעשטעלט זיין הויף אין ביאלע; ביז צום היינטיגן טאג פירט זיך ווייטער דאס ביאלער חסידות.

אויך אין ביאלע איז געווען א גרויסער קאצקער שטיבל, און אין יאר ה'תרט"ז האט מען אויפגענומען דעם קאצקער רבי'נס מחותן, הר"ר נחום זאב בארנשטיין, מחבר פון אגודת אזוב, אלס שטאטס-רב אין ביאלע. שפעטער זענען רוב פון די קאצקער חסידים אין ביאלע געווארן חסידים פונעם חידושי הרי"ם פון גער. איינער פון די חשובע גערער חסידים אין ביאלע איז געווען ר' נח טשארני (שחור), דער שווער פונעם אמרי אמת.

בערך אין יאר תר"ל האט רבי בעריש לאנדא אויפגעשטעלט זיין הויף אין ביאלע, וואו ער האט געפירט א גרויסן טייל פון די ווארקער חסידים.

אידן אין ביאלע האבן פאַרמאגט א טשוועקעס פאַבריק, א גאַרבעריי, א שיך פאַבריק, טארטאקעס, ציגל אויוונס, מעל מילן, א זייף פאַבריק, א ברייעריי און נאך פאַבריקן. מאידך גיסא האבן אסאך אידן געלעבט בדלי דלות. אזוי ווי אלע פארצייטיגע שטעטלעך זענען די אידן פון ביאלע געווען אלע שומרי מצוות כאטש טייל זענען באאיינפלוסט פון השכלה און ציוניזם.

אום 13טן סעפטעמבער 1939 האבן די דייטשן איינגענומען ביאלע, אבער דעם 26סטן סעפטעמבער זענען זיי צוריקגעצויגן צו לאזו די סאוויעטן אריין אין דער שטאט. אום 10 אקטאבער 1939, לויטן מאלאטאוו-ריבנטראפ פאקט זענען די סאוויעטן ווידער ארויס אין די דייטשן האבן אקופירט א צווייט מאל. ווען די סאוויעטן האבן פארלאזט ביאלע האבן אסאך אידן אויך פארלאזט די שטאט צו וואוינען אונטער סאוויעטן הערשאפט אין מזרח פוילן.

1 דעצעמבער 1939 האבן די דייטשן ארויסגעגבן א גזירה אז אלע אידן פון עלטער 6 מוזן טראגן אן ארעמבאנד מיט א געלן מגן דוד (שפעטער האט מען געהייסן גיין בלוי). די אלע אידן האט מען אריבערגעפירט צו א זאנע אויף גראבאנאוו-, יאנאוו-, פראסטא- און פזשעכאדניע-גאסן.

סוף 1939 זענען אנגעקומען אין אם איבערגעפאקטער ביאלע מער ווי 2000 אידן דעפארטירט פון סואוואלק און סעראצק. נישט קיין וואונדער אז אום 1940 האט אויסגעבראכן ביי די אידן פון ביאלע א טיפוס עפידעמיע וואס האט געהרגט אסאך אידן. אויך אין דער צייט זענען אנגעקומען די ווינציגער פון 200 פליטים וואס זענען געבליבן לעבעדיג פון 800 יידישע פלעניקעס (געפאנגענע) אויף א טויט מארש, וואס מ'האט זיי אינטערנירט דארטן.


מקורות

רעפערענצן

{{#coordinates:}}: אי־אפשר שיהיה יותר מתג ראשי אחד בכל דף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!