רוי:געריכט

ווערסיע פון 01:16, 6 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "לעכע" ב־"ליכע")

מיינסטו די רעליגיע בית דין צדק?

א געריכט אין חיפה, ישראל

געריכט (אין העברעיש: בית משפט, אין לשה"ק: ערכאות) איז א סעקולערער געריכטהויז וואוּ די געזעצן ווערן ארויסגעגעבן לויט די לאנד געזעצען.

פונעם יידישן רעליגיען בליק

דער סעקולערע קאדעקס איז צומאלן קעגנזעצליך צו חוקי התורה וואס איז באשלאסן לויט דעם קאדעקס פון דער שלחן ערוך אדער חושן משפט.

לויט די יידישע הלכה טאר מען זיך נישט מתדיין זיין אין א סעקולערע געריכט, ווייל עס פארשוואכט גאטתורה און אזא איינער ווערט אנגערופן א "מרים יד בתורת משה", און לויט דעם אידישן דין מעג מען אים מנדה זיין (אָפּשטויסן). אבער אין געוויסע אויסנאמען, קען מען באקומען א היתר צו גיין אין וועלטליכע געריכט.

גרונדענע דעמאקראטישע געזעצן

די פערדאכטע האבן די פאלגנדיגע רעכטונגען:

  • אויך די פאליציי טאר'ן נישט אויפזוכן אין א צווייטנס הויז אָן קיין ריכטערס באפעל.
  • די פאליציי מעגן ארעסטירן א מענטש נאר אויף 24 שטונדן, און נאכער דארף מען אים ארויפבריינגען ביי א געריכט.
  • מען טאר נישט שטראפן א מענטש אָן קיין דין.
  • דער באשולדיגער האט רעכט צו וויסן אויף וואס מען באשולדיגט אים, און מען מוז אים דאס פארלייגן א שיינע וויילע פאר זיין משפט, כדי ער זאל זיך קענען צוגרייטן ווי עס דארף צו זיין.
  • דער באשולדיגער מעג מיט זיך מיטבריינגען אן אדוואקאט זאל אים שיצן און העלפן ביים משפט.
  • די משפט מוז זיין אפנטליך פאר אלע.
  • ריכטערס וואס זענען אריינגעמישט אין די פרשה טארן נישט שופט זיין.
  • דער באשולדיגער קען בארופן (אפילירן) קעגן זיין שטראף.
  • א מענטש קען אנגעבן א פאדערונג קעגן די רעגירונג גלייך ווי קעגן יעדען בירגער.

זעהט אויך בית דין צדק.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!