רוי:פלאכטע

ווערסיע פון 01:15, 6 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "([^ש])לעכט" ב־"$1ליכט")
דער רעאלער פראיעקטיווער פלוין איז א צוויי־דימענסיאנאלע פלאכטע  וואס קען נישט ווערן רעאליזירט אין דריי דימענסיעס נאר דורך זעלבסט שניידן, געוויזן דא אלס בוי'ס אייבערפלאך.
דער אייבערפלאך פון דער ערד פאדערט (לכל הפחות) צוויי קארטעס כדי איינצושליסן יעדן פונקט. דא ווערט דער גלאבוס צעלייגט אויף קארטעס ארום די צפון און דרום פאלוסן.

אין מאטעמאטיק איז א פלאַכטע א טאפאלאגישער רוים וואס לאקאל איז ענליך צו אן אויקלידישן רוים לעבן יעדן פונקט.

איין־דימענסיאנעלע פלאכטעס שליסן איין שטריכן און קרייזן, אבער נישט קיין פיגור אכט, וואס האט א קנופ און דארט איז נישט ענליך צו אן אויקלידישן 1-רוים. א צוויי־דימענסיאנעלע פלאכטע ווערט גערופן אן אייבערפלאך. ביישפילן שליסן איין דעם פלוין, דעם קיילעך און דעם טארוס, אבער אויך דאס קליין־פלעשל.

דער באגריף פון א פלאכטע איז צענטראל צו פילע טיילן פון געאמעטריע און מאדערנעם מאטעמאטישן פיזיק, ווייל זי דערמעגליכט באשרייבן קאמפליצירטע סטרוקטורן מיט די אייגנשאפטן פון אויקלידישן רוים.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!